בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךז' ניסן תשפ"ו3/25/2026

באריכט
מיטוואך צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מיכאל אליהו גבריאל ע'גמי הי"ו.
- ב"ר שניאור זלמן העכט הי"ו.
- ב"ר משה מאלח הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירת נפש, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה זאגענדיג אז זיצן און לערנען איז ישיבה ביז ז' ניסן איז אויך מסירת נפש, און דער רבי האט ממשיך געווען פרעגענדיג די בחורים עטליכע שאלות פון די לימודי הישיבה אין מסכת בבא קמא און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.
- הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אריבער באולם פרדס חיים אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הרה"ג ר' הערשל שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי בית סיגוט, דער רבי האט טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות, דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 476