בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגו' ניסן תשפ"ו3/24/2026

באריכט
דינסטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יוסף משה שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ד רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר חיים ברוך דיימאנד הי"ו.
- ב"ר אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אראפ אין היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים בימי בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די 'אנ"ש דקרית יואל' טישל ווי מען נעמט צוזאם חתימות יעדע יאר פאר די פאליטיקאנטן און קאנדידאטן צו קענען לויפן פאר א פרישע טערמין אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטע פון די נעמען פון די קאנדידאטן און די עסקנים האבן צוגעוויזן די נעמען פון די קאנדידאטן וועלכע האבן זיך גאר שטארק ארויסגעשטעלט פאריאר אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א צו טוישן די אלבאני געזעצן לטובת החינוך לשמחת לב פונעם גאנצן יהדות החרדית אין ניו יארק, און דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר די עסקנים.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי איז אנקומען קיין וומסב''ג און איז צום ערשט אריבער אויף א קביעת המזוזה אינעם נייעם 'מיטב' געשעפט וועלכע פארקויפט די פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערביי געהערט א באריכט פון די בעלי בתים איבער די פילע פעולות צו קענען פארקויפן די פראדוקטן פאר גאר ביליגע פרייזן.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בגודל מעלת החסד וואס מ'טוהט מיט אידישע קינדער און די געוואלדיגע חשיבות פון די געשעפט וועלכע העלפט ארויס הונדערטער משפחות צו קענען קויפן פאר ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די בעלי בתים און עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די נייע געשעפט און אנגעוואונטשן עס זאל האבן גרויס הצלחה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלה פון מוסד הק' קרן הצלה לקראת די גרויסע פסח חלוקה להחזקת מוסדות עטה"ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות און די גרויסע חלוקות פאר די הונדערטער מוסדות, און די חברי הנהלה האבן ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' פון ווי עס קומט אריין די מערסטע געלטער און איז צו פארדאנקען דאס אז רבינו שליט"א איז כסדר מעורר אנ''ש צו שטיצן קרן הצלה מיט גרויסע געלטער, וואס דאס האט געברענגט אז מען זאל קענען פארטיילן גרעסערע געלטער ביי יעדע חלוקה.
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו"ר ההנהלה א טשעק אינעם פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער! , די חברי הנהלה האבן זיך שטארק באדאנקט און געזאגט אז דאס איז שוין די צווייטע טשעק פון א מיליאן דאלער דאס יאר תשפ"ו וואס דער רבי האט צוזאמגעשטעלט פון נגידי אנשי שלומינו נאך וואס דער רבי האט איבערגעגעבן א טשעק פון א מיליאן דאלער בעת די מסע הקודש בארה"ק פארגאנגענע חודש כסלו פאר די חנוכה חלוקה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות און הגדות פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 476