אין די יעצטיגע מינוטן לאנדעט דער פריוואטער פליגער פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין סטוארט לופטפעלד, וואו דער רבי קערט זיך אהיים לביתו נאוה קודש, נאכן וויילן די לעצטע פיהר וואכן אין בעטלהעם ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"ה8/8/2025
בילדבילדער · 6
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א היינט ערש"ק ואתחנן נאך תפילת שחרית בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
זמנים לשב"ק 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
- זמן הדלקה"נ:7:47. - תפילת מנחה: 8:40. - עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת. - שחרית: 9:30. - זמירות ודברי תורה בסעודת עתיקא קדישא: כשעה וחצי אחר התפילה (לערך 2:30). - מנחה וס"ג: 8:35. - זמן מוצש"ק 9:13.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
פרייטאג ערש"ק פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הב' ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינער שמועס פונעם הייליגן כתב סופר זיע"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א מיט די רבני בית האופה פון וומסב"ג און קר"י, הרה"ג ר' הערש לייב בערענשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב, אינאיינעם מיט די מנהלי בית האופה, אויפן פעלד אין איידעהאו ביים צווייטן ווייץ שניט לקראת חג המצות תשפ"ו הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט"א אין א לענגערע שמועס מיט די חשובע רבנים און מיט רייזענדע אויפן פליגער, אינטערוועגנס צום בית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע, איבער די חילוקי והידורי השחיטה במשך די לעצטערע צענדליגער יארן, אין דער אלטער היים און דאהי אין אמעריקא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו (קר"י).
- פתיחה: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו. - בעל קורא: הרה"ח ר' חנוך העניך פישמאן הי"ו (לעיקוואד). - כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י). - לוי: הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו (ב"פ). - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: הגה"צ רבי ברוך הורוויץ שליט"א, דומ"ץ מעליץ. - גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע ביי רביה"ק בעל ברך משה זיע"א.
אין די פארמיטאג שעות האבן זיך א קבוצה מצויינים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון קר"י, בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א בביתו נאוה קודש, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין דער אלטער היים, דערביי האט דער רבי פארציילט פארשידענע שאלות בהלכות טריפות וואס האבן זיך געמאכט די וואך בעת דעם באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20, בעל תפילה: הב' ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו (קר"י). נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום גענומען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די יארן פון רביה"ק בעל ברך משה זיע"א אין די שטאט סיגוט נאך די קריג.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:30.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו (וומסב"ג). בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער הגה"ק הקול ארי' זצ"ל פון וועם דער בר מצוה בחור איז אן אייניקל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה, דערנאך האט דער רבי געזאגט תפילת הדרך.
ארום 9:15 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום לאקאוניע לופטפעלד אין גילפארד ניו העמפשיר, וואו דער פריוואטער פליגער פון ניו יארק האט נארוואס געלאנדעט, די עטליכע מיטרייזענדע מקורבים ובתוכם הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א האבן שלום גענומען. אויפן פליגער איידער מ'האט זיך געהויבן האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די רבני בתי אופה דקהילתינו הק' פון וומסב"ג און קר"י וועלכע האבן זיך געפינען אין איידעהאו אויף די 'צווייטע ווייץ שניט' פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ו הבעל''ט בשלוחת הקודש פון מרן רבינו שליט"א. דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם ווייץ פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע שעות (דער ארטיגער זייגער איז צוויי שעה צוריק), און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:40 האט זיך דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געהויבן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און עטליכע מקורבים אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די שחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק' פאר די גסות, אינטערוועגנס האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער די חילוקי והידורי השחיטה אין לויף פון די לעצטערע יארן פון דער אלטער היים ביז דאהי אין אמעריקא ועד היום הזה. דעם רבינ'ס פליגער האט געלאנדעט ארום 11:45 (ארטיגער זייגער) אינעם לאקאלן לופטפעלד אין וויסקאנסין און דער רבי איז צוגעפארן ארום א האלבע שעה קיין פאוסטוויל צום בית השחיטה.
ביים אנקומען אין בית השחיטה האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר פונעם בית השחיטה, און הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ. וועלכע געפונט זיך דארט אין די יעצטיגע טעג מטעם קהלתינו הק' מפקח צו זיין אויף די שחיטה.
דער רבי איז תיכף אריין אינעם בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלענט מרישא ועד גמירא איבערקוקנדיג יעדן פרט פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו פיר שעה!
אנגעהויבן אויפן גאנצן סדר בדיקות הריאות וואו גער רבי איז געשטאנען א לענגערע צייט און איבערגעקוקט אלע פרטים אויפן ארט, און דערנאך אריבער צו די מערכת השחיטה, וואו דער רבי האט בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, און שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע הידורים פון די חלפים זייענדיג חד וחלק אויף די העכסטע סטאנדארטן, און די חומרא פון א בדיקת יבש אויף וואס סאיז געשטעלט אן עקסטערע ממונה בודק צו זיין יעדעס מאל, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די מהודר'דיגע שחיטה מונחת, און ווייטער באטראכט וויאזוי מען לייגט ארויף די חלקים פונעם בהמה אויפן קייט עס פירנדיג ווייטער אינעם פלענט, און די ספעציעלער חומרא אז א איד זאל אנצייכענען די נומערן אויף די חלקים פונעם בהמה, דערנאך האט דער רבי פארגעזעצט צו די איבריגע חלקים פונעם פלענט וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויפן ניקור אפאראט מיט אלע אירע הידורים, און פון דארט צו די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א, און אזוי ווייטער די אלע חלקי ההכשרה ביז צום פעקעדזשינג.
נאך אן עבודה קשה בטירחא דגופא פון קארגע 4 שעה, איז רבינו שליט"א אריבער צום ביהמ"ד פון די שוחטים זיך אפצורוען אויף עטליכע מינוט, וואו דער רבי האט מלא רגש ושמחה ארויסגעברענגט רגשי לבבו אויף דעם וואס מען האט ב"ה זוכה געווען אוועקצושטעלן די געוואלדיגע הידורים אינעם בית השחיטה און ארויפברענגען די סטאנדארט פאר כשר'ע פלייש ביי היימישע אידן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט יעדע מאל מען קומט באזוכן די שחיטה, און עקסטער משבח געווען די איבערגעגעבנקייט פון די חשובע בעלי בתים פון די מיעל-מארט פירמע נאכצוקומען אלע חומרות והידורים וואס פארלאנגט'זיך עפ"י הוראות רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר די שוחטים ומשגיחים ברכות לרוב, און פארלאזט דעם בית השחיטה און תיכף צוגעפארן צום לופטפעלד. וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער אויפן וועג צוריק למקום הנופש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
איידער דער פליגער האט זיך געהויבן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די חשובע נדבנים מרת ריספלער תחי' ובנה הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו זיך פערזענדליך באדאנקן אויף זייער גיגאנטישע נדבה אויפצובויען א דריטער בנין מפואר לחינוך הבנות פאר די בית רחל שע"י מודותינו הק' אין וומסב"ג, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים פונעם בעפארשטייענדער בנין וואס וועט אנהאלטן מערערע קלאסן, עס זאלן, א פראכטפולער אודיטוריום און שמחה זאלן, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו זאגענדיג דערביי 'איר האט מיך זייער מהנה געווען מיט די בשורה מרנינה'.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט פון די חשובע רבנים שליט"א און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א פארן ארויסהעלפן אהערשטעלן אזא שיינע שחיטה, און נייטרא רב שליט"א האט באוואונדערט די איבערגעגעבנקייט פון רבינו שליט"א זיך אויפצוהייבן אינמיטן די אפרוה צו מפקח זיין אויף די כשרות הבשר.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן א וועג פון א שעה קיין בעטלהעם ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א באקומען א טעלעפאנישער באריכט איבערן צווייטן ווייץ שניט פון הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער האט זיך דארט געפינען אין איידאהו בשליחת הקודש, און דער רבי האט שטארק הנאה געהאט צו הערן אז דער שניט פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ איז ארויס גאר שיין מיט אלע הידורים לשם מצות מצוה.
ביים אנקומען ארום 9:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך, בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
א קבוצה מצויינים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב אין קר"י, שטעלן זיך צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א, בביתו נאוה קודש בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה דינסטאג פארנאכטס, אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים שליט"א, אין א פריוואטע שטוב אינעם לאקאוניע רידזשענעל לופטפעלד אין גילפארד, ניו העמפשיר. נאכן זיך אומקערן פון א באזוך בבית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגי"ג מנחם אב תשפ"ה8/7/2025
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ואתחנן-נחמו שנת תשפ"ה לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שבת נחמו וחמשה עשר באב מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.
לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו הר"ר ישראל דושינסקיא שליט"א. בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א, וחתן הגה''צ ר' אברהם יהושע איגר שליט"א מ'לובלין.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 12
ערשטע בילדער פונעם בית השחיטה פלענט אין פאוססוויל אייאווע, ווי רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגן דארט די גאנצע מערכת הכשרות און משגיח געווען אינעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א און מיטן רב המכשיר פונעם פלענט הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א, און אינאיינעם באזוכט אלע חלקי השחיטה, בדיקה, ניקור, מליחה א.א.וו. אויף לענגערע שעות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגי"א מנחם אב תשפ"ה8/5/2025
באריכט
אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך דער פריוואטער פליגער פון מרן רבינו שליט"א אינעם קליינעם לופט פעלד אין וויסקאנסן נישט ווייט פונעם בית השחיטה פלענט אין אייאווע, אויפן וועג צוריק קיין ניו העמפשיר א וועג פון אריבער צוויי שעה, נאכן פארברענגן בטירחא דגופא קרוב צו פיר שעה, אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים שליט"א אינעם בית השחיטה המהודרת, און אריבערגיין אלע חלקי השחיטה, בדיקה, ניקור, מליחה א.א.וו.
אין לופטפעלד וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון דארט אריינפארן א וועג פון א שעה לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטן האט געלאנדעט דער פריוואטער פליגער פון רבינו שליט"א אין א קליינעם לופט פעלד אין וויסקאנסן נישט ווייט פונעם בית השחיטה פלענט אין אייאווע, פון ווי רבינו שליט"א וועט צופארן א קורצער וועג פון 25 מינוט צום בית השחיטה המהודרת, ווי דער רבי וועט זיך טרעפן מיטן רב המכשיר פונעם פלענט הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א, און אינאיינעם באזוכן אלע חלקי השחיטה, בדיקה, ניקור, מליחה א.א.וו. אויף לענגערע שעות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כי מלאכיו יצוה לך
היינט דינסטאג ואתחנן אום 9:15 אינדערפרי האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט מביתו נאוה קודש בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר צום לאקאוניע רידזשענעל לופטפעלד, אין גילפארד ניו העמפשיר פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטן פליגער אום 10:30 קיין פאוסטוויל אייאווע, אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א און עטליכע מקורבים, אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת שע"י קהילתינו הק' ווי דער רבי וועט עטליכע שעה זיך אומקוקן אויפן סדר השחיטה במשך דעם טאג, און וועט זיך אומקערן אויפדערנאכט לביתו נאוה קודש בעיר הנופש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).
- פתיחה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו (קר"י). - בעל קורא: הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו (קר"י). - כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו. - שלישי: רבינו שליט"א. עס איז געקויפט געווארן דורך הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. - הגבה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' אהרן בוכבינדער הי"ו (ב"פ).
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הבה"ח דוד ב"ר חיים משה לאנדא הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20. בעל תפילה: הב' הבר מצוה ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו - וומסב"ג.
נאך מעריב זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש תלמידי מוסדותינו הק' ק"י סניף בנין עצי חיים, דער רבי האט משמיע געווען דברי התחזקות פאר די קינדער און פארהערט די לימודים, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע דאלער פאר אלע קינדער, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ואתחנן, יום תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריין געקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:45. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
- פתיחה: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א. - בעל קורא: הר"ר שמואל קרויס שליט"א. - כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. - לוי: הבה"ח לייבוש ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו (קר"י). - שלישי/מפטיר: רבינו שליט"א. עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. - הגבה: הרב יעקב יצחק הורוויץ הי"ו - גלילה: הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות רב.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב. די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט אום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 6:45.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד. און געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה. דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
- פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. - בעל קורא: הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו. - לוי: הב' נחמן ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו. - שלישי/מפטיר: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. - הגבה: הב' משה יודא ב"ר שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו. - גלילה: הב' פנחס ב"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 7:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:21. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך, אום געמאכט הבדלה און טועם געווען מזונות, דערביי האט מען געזינגען ניגוני נחמה, דערנאך האט דער רבי מחדש געווען די לבנה ביים פארקינג לאט פונעם דערנעבענדיגן האטעל מיט גרויס שמחה, נאך קידוש לבנה איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און דערביי האבן הב' מאיר ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב"ג), און הב' יעקב ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן) איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צום תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, עיר הנופש בעטלהעם ניו העמפשיר
מוצש"ק ליל ת"ב איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 10:05. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט די ברכת בורא מאורי האש. דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד. איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת דברים - חזון 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף ברך משה.
ערש"ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה, ה"ה: - נכד רבינו הב' חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. - הב' מאיר פנחס חיים בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א. - הב' משה בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א. - הב' שמואל מרדכי בהר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א. - הב' אשר לעמיל ב"ר יואל הכהן מאשקאוויטש הי"ו
ערש"ק פארנאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד. קבלת שבת: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און די פילצאליגע געסט מאנשי שלומינו. מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הישיבה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: - כל מקדש: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י ור"מ בישיבה. - מנוחה ושמחה: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי הכותו את סיחון מלך האמרי' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
- קה אכסוף: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). - ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק החוזה מלובלין זיע"א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג תשעה באב. - קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד. פארן ליינען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א (קר"י). - פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. - בעל קורא: נכד רבינו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו. - כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו (קר"י). - שלישי: הבה"ח דוד ב"ר חיים משה לאנדא הי"ו (קר"י). - רביעי: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו( קר"י). - חמישי: הב' משה אביגדור ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו. דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ברח"א שפיטצער הי"ו (קר"י), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. - שביעי: הבה"ח יחזקאל עקיבא ב"ר אברהם יושע רעטעק הי"ו (וומסב"ג). - הוספות: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו. - הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א. - הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א. - הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו. - הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו (וומסב"ג). - הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן הי"ו (מאנסי). - הרב שמואל מנחם הורוויץ שליט"א. - הרה"ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו (קר"י). - הב' ישראל וואלף ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו (קר"י). - אחרון: הרה"ח ר' שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו (קר"י). - מפטיר: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. - הגבה: ר' אליעזר ליבערמאן הי"ו (קר"י). - גלילה: ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו (קר"י).
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: ר' הלל פאגעל הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:55.
ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:35, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען פון די קוגל און געוואונטשן לחיים.
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו (קר"י). - ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געזאגט תורה בעניני חורבן ביהמ"ק. ברכת המזון: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:20.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' יואל ברש"מ פריעדמאן הי"ו (מאנסי). - הוצאה והכנסה: ר' מאיר שטיינמעטץ הי"ו (קר"י). - כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו. - לוי: ר' זידא משה אליעזר גרובער הי"ו (קר"י). - שלישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הילד ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו די זמירות לשלו"ס ארום 7:50. דער רבי האט טועם געווען חלה און געטרינקן לחיים. - אודה; הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו. - שיר המעלות: הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה 'חזון ישעי' בן אמוץ אשר חזה' און נאכגעברענגט אז דאס ביהמ"ק השלישי ווערט געבויעט דורך מצוות ומעשים טובים פון כלל ישראל, פרעגט דער אלשיך הק' אז אויב אזוי פארוואס איז דאס ביהמ"ק נאכנישט פערטיג? אידן טוהן דאך אזויפיל מצות? זאגט דער אלשיך הק' אז אמת מען טוט טאקע אסאך מצות, קומען אבער אנדערע און טוהן ח"ו עבירות און מאכן חרוב און צוברעכן די ביהמ"ק, און דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר אז יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש צו ער איז פון די בונים אדער ח"ו פון די סותרים, 'כל שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו' וויבאלד מען בויעט טאקע די ביהמ"ק יעדן טאג אבער מען מאכט עס אויך חרוב, דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע 'כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה' און דער חתם סופר פלעגט זיך פירן אויסצורעכענען וויפיל יאר מען האלט שוין פונעם חורבן ביהמ"ק, האט דער רבי געזאגט אז מען שטייט שוין 1,957 יאר פון חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, עס איז נישט נאר פשט אז עס איז 1,957 יאר פונעם חורבן נאר עס איז פשט אז עס איז דא 1,957 חורבנות ח"ו וויבאלד עס ווערט יעדע יאר חרוב פון פריש, און אויף דעם זעמיר אונז מתאבל, און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז צום החמישי יתהפך לנו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א. - קל מסתתר: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. מען האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.