מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).
- פתיחה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו (קר"י).
- כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א. עס איז געקויפט געווארן דורך הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן בוכבינדער הי"ו (ב"פ).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בעניני חורבן ביהמ"ק וימי בין המצרים.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הבה"ח דוד ב"ר חיים משה לאנדא הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20. בעל תפילה: הב' הבר מצוה ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו - וומסב"ג.
נאך מעריב זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש תלמידי מוסדותינו הק' ק"י סניף בנין עצי חיים,
דער רבי האט משמיע געווען דברי התחזקות פאר די קינדער און פארהערט די לימודים, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע דאלער פאר אלע קינדער, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
