בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א מנחם אב תשפ"ה8/5/2025

באריכט
שב"ק פרשת דברים - חזון 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף ברך משה.

ערש"ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה, ה"ה:
- נכד רבינו הב' חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
- הב' מאיר פנחס חיים בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
- הב' משה בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א.
- הב' שמואל מרדכי בהר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א.
- הב' אשר לעמיל ב"ר יואל הכהן מאשקאוויטש הי"ו

ערש"ק פארנאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד. קבלת שבת: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און די פילצאליגע געסט מאנשי שלומינו. מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הישיבה.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- כל מקדש: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י ור"מ בישיבה.
- מנוחה ושמחה: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי הכותו את סיחון מלך האמרי' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

- קה אכסוף: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י).
-
ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק החוזה מלובלין זיע"א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג תשעה באב.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבה.

מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.

וביום השבת

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
פארן ליינען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א (קר"י).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- בעל קורא: נכד רבינו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו.
- כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו (קר"י).
- שלישי: הבה"ח דוד ב"ר חיים משה לאנדא הי"ו (קר"י).
- רביעי: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו( קר"י).
- חמישי: הב' משה אביגדור ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ברח"א שפיטצער הי"ו (קר"י), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הבה"ח יחזקאל עקיבא ב"ר אברהם יושע רעטעק הי"ו (וומסב"ג).
- הוספות: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו (קר"י).
- הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו.
- הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א.
- הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א.
- הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
- הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו (וומסב"ג).
- הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן הי"ו (מאנסי).
- הרב שמואל מנחם הורוויץ שליט"א.
- הרה"ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו (קר"י).
- הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו (קר"י).
- הב' ישראל וואלף ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו (קר"י).
- אחרון: הרה"ח ר' שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו (קר"י).
- מפטיר: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
- הגבה: ר' אליעזר ליבערמאן הי"ו (קר"י).
- גלילה: ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו (קר"י).

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: ר' הלל פאגעל הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:35, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט טועם געווען פון די קוגל און געוואונטשן לחיים.

- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו (קר"י).
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה בעניני חורבן ביהמ"ק.
ברכת המזון: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:20.

נאך עטליכע  מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה.
בעל תפילה: ר' יואל ברש"מ פריעדמאן הי"ו (מאנסי).
- הוצאה והכנסה: ר' מאיר שטיינמעטץ הי"ו (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו.
- לוי: ר' זידא משה אליעזר גרובער הי"ו (קר"י).
- שלישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.

דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הילד ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו די זמירות לשלו"ס ארום 7:50. דער רבי האט טועם געווען חלה און געטרינקן לחיים.
- אודה; הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
- שיר המעלות: הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה 'חזון ישעי' בן אמוץ אשר חזה' און נאכגעברענגט אז דאס ביהמ"ק השלישי ווערט געבויעט דורך מצוות ומעשים טובים פון כלל ישראל, פרעגט דער אלשיך הק' אז אויב אזוי פארוואס איז דאס ביהמ"ק נאכנישט פערטיג? אידן טוהן דאך אזויפיל מצות? זאגט דער אלשיך הק' אז אמת מען טוט טאקע אסאך מצות, קומען אבער אנדערע און טוהן ח"ו עבירות און מאכן חרוב און צוברעכן די ביהמ"ק, און דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר אז יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש צו ער איז פון די בונים אדער ח"ו פון די סותרים, 'כל שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו' וויבאלד מען בויעט טאקע די ביהמ"ק יעדן טאג אבער מען מאכט עס אויך חרוב,
דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע 'כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה' און דער חתם סופר פלעגט זיך פירן אויסצורעכענען וויפיל יאר מען האלט שוין פונעם חורבן ביהמ"ק, האט דער רבי געזאגט אז מען שטייט שוין 1,957 יאר פון חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, עס איז נישט נאר פשט אז עס איז 1,957 יאר פונעם חורבן נאר עס איז פשט אז עס איז דא 1,957 חורבנות ח"ו וויבאלד עס ווערט יעדע יאר חרוב פון פריש, און אויף דעם זעמיר אונז מתאבל, און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז צום החמישי יתהפך לנו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.

- ידיד נפש: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. מען האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️