בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגט"ז שבט תשפ"ה2/14/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' הלל בר"מ קאהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם סרוגא הי"ו.
- ב"ר קלמן אליעזר עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
- ב"ר פנחס לעמל קיש הי"ו.
- ב"ר ישראל מרדכי גוטמאן הי"ו.
- ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
- ב"ר דוד לוי קויפמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג יתרו חמשה עשר בשבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יעקב הערש פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו.
- ב"ר משה אלי' פריעד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שער שמחה' און אנגעוואונטשן פאר די בחורים מען זאל מרבה זיין מיט שמחות בקרוב ביי אלע בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני חמשה עשר און דער רבי האט טועם געווען פון די פירות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און פארטיילט טייטלען פאר אלע בחורים.

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה המהודרת, ווי עס איז פארגעקומען א גאר סוקסעספולע מסיבה מפוארה, ווי עס איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער צוויי מיליאון דאללאר צום גמר הבנין פונעם בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.
די מסיבה איז פאררופן געווארן דורך הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו אינאיינעם מיט שותפו לדבר מצוה הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו עס זענען געלאדענט געווארן פילע נגידי אנ''ש וועלכע האבן זיך נאך נישט געהאט אנגעשלאסן אינעם קרן הבנין, און האבן יעצט מנדב געווען ברוח נדיבה צו קענען גומר זיין דעם בנין גדול ומפואר.

צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער.

דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה און עס איז פארמירט געווארן שיינע שמועסן מיט די אנוועזנדע.
אויך האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה לכבוד היום און דערנאך ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די נדבנים און די שטארקע צורך פארן גמר הבנין, און ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"ב, און ארומגערעדט בשבח פון הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו איבער זיינע פילע פעולות לטובה פארן בית השחיטה המהודרת, און פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו וועלכע איז פון די חברי ועד הדירות און האט געהאט א גרויסע חלק אין אראפריקן די פרייזן פון די דירות אין קר"י, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע אנוועזנדע.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות לכבוד היום דער רבי האט טועם געווען פון די טייטלען און נאך פארשידענע פירות. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.

נאכן בענטשן זענען די נגידים איינציגווייז אריבער חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און פארטיילט פאר יעדעם א שאכטל פירות מיט שיירי אתרוג וואס האט געהאנגען אינעם רבינ'ס סוכה. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א ר"י וויזניץ וומסב''ג בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן גאר א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ביים פארענדיגן האט דער רבי אים געזאגט אז ער מאכט אים פאר א שליח אז ער זאל איבערגעבן פאר אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א א פריסת שלום און א שליחות מיט א בקשה מיוחדת איבער די נייע דירות פאזע דורך קהילת וויזניץ בשכונת דברי חיים אין קר"י.
דער רבי האט ברייט און ידידות'דיג אויסגעשמועסט די פעולות לטובה דורך כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל צו בויען א נייעם אידישן ישוב אין מאנסי און האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל האט טאקע געבעטן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל נישט צו בויען זיין שטעטל תיכף נעבן זיין ישוב, און דאס איז די סיבה פארוואס רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט נישט געבויעט קרית יואל נעבן מאנסי טראץ וואס עס וואלט געווען פיל גרינגער, וויבאלד ער האט געוואלט אז קרית יואל זאל זיין אפגעטיילט פון אנדערע ישובים, אבער דורך דעם וואס מאנסי איז למעשה באזעצט געווארן דורך פילע שיכטן און קרייזן איז א מציאות היינט צוטאגס אז ס'איז שווער דארט גודר גדר צו זיין אויף פארשידענע ענינים וכו', ווייל די איינציגסטע וועג צו קענען האלטן אן עינא פקיחא אויף א שטאט איז נאר אויב עס איז אלעס תושבים מיטן זעלבן מהלך החיים און השקפה, און נאר אזוי האט קרית יואל געהאט אזא הצלחה בליעה"ר ביז אהער, און דער רבי האט געבעטן איבערצוגעבן בבקשה אז היות די שטאט ניו יארק איז גענוג גרויס צו קענען מאכן ישובים ערגעץ אנדערש, איז נישט מין היושר והנכון צו מאכן הארט נעבן קרית יואל א ישוב פאר חסידי וויזניץ, און מצידינו זעמיר אונז זעמיר גרייט אפצוקויפן אלע דירות וואס איז שוין געבויעט געווארן, און אלע דירות וואס ווערן געבויעט און מען וועט זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין שום שאדן ח"ו, און כמובן מען וועט אויך זיין בייהילפיג צו טרעפן א נייעם פאסיגן מקום מיט אלע הצטרכות'ער.
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט ווי די שטאט קרית יואל איז געווען בבת עיניו הק' פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס איז געווען א גברא דקפדנא ביי אידישקייט און האט אייביג אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט בענינים לשם שמים, און ס'איז נישט כדאי מזאל זיך מיט אים פארטשעפענען, בפרט ווען עס איז געקומען צו זיין שטעטל קרית יואל ווי מען זעט בחוש ווי רביה''ק זיע''א גיבט אכטונג פון אויבן אפצוהיטן די הייליגקייט און ריינקייט פון זיין שטאט וועלכע ער האט אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש בדם לבבו לשמו ולזכרו איבערצולאזן א שם ושארית משמו בישראל און מגנזי מרומים וועט ער דא אויך פועל זיין אז ער זאל קענען אויספירן משאת נפשו הטהור בעז"ה, דער רבי האט פארענדיגט זיינע ווערטער אום ממשיך געווען בברכת קדשו און אנגעוואונטשן ברכות לרוב און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אויך איז אריין בקודש פנימה הר''ר חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יחוס פון חתן וכלה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
- הרה"ח ר' חזקי' צבי בוכינגער הי"ו - הרה"ח ר' יושע יצחק פירטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם ברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם משה ווידער הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יוסף לעווי הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יחזקאל צבי מענדלאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל צבי מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יושע שמואל ווידער הי"ו.
- ב"ר נפתלי משה שניטצלער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"מ פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שמואל מאיר הירש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ירמי' ווייס הי"ו - הרה"ח ר' דוד מרדכי אונגאר הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופה איז דער רבי ארויף אינעם גני קליין זאל צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט החתן בן בנו הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס בהלכה און איבער פארשידענע מנהגי חמשה עשר בשבט און מנהגי נשואין ביי רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון אתרוג קאמפאט, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און עקסטער מיטן חתן און מיטן דיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רבי איז אריבער אין ביהמ"ד הגדול און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם במעמד אלפי אנ''ש, דאס ביהמ"ד הגדול איז געווען אנגעפולט מן הקצה אל הקצה, און די מיטעלסטע טיש איז געווען הערליך אויסגעלייגט מיט ביימער פון פירות לכבוד חמשה עשר.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעורורות ונגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און מען האט אויפגעגעבן פירות דער רבי האט געמאכט א ברכת העץ אויף א טייטל און טועם געווען פונעם אתרוג.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען 5 מאל דב"ק ווען אינצווישן האט מען געזינגען ניגוני התעוררות.
ערשטע תורה: אויפן פסוק 'הללו את ה' מן השמים' און געטייטשט אז פונקט ווי א יעדע פרוכט אדער בארג וכו' האט נישט קיין טענות פארוואס ער איז אזוי באשאפן געווארן און איז נישט מקנא א צווייטע, די זעלבע דארף יעדע מענטש וויסן אז ער האט זיין תפקיד אויף דער וועלט און לויבן הקב"ה אויף זיין תפקיד, חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א אתרוג נאה, אתרוג איז דומה ללב, מען איז מתפלל אז מען זאל האבן א לב טהור א ערליכע און ריינע הארץ. און די משוררים האבן ממשיך געווען צו זינגען 'לב טהור ברא לי'.

צווייטע תורה: חמשה עשר בשבט איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם, מען איז מרבה בפירות וואס איז א רמז אויף די תורה וואס איז פירות פון אילנא דחיי, אז אידישע קינדער זענען מקושר צו די תורה איז מען א בעל חי ווערט מען נישט נדחה במילא ניצט תשובה, מען דארף מתפלל זיין מען זאל מרגיש זיין די מתיקות פון לימוד התורה. און די משוררים האבן ממשיך געווען מיטן ניגון 'והערב נא'.

דריטע תורה: חמשה עשר בשבט איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם, מען איז מרבה בפירות און מען איז מתפלל אז מען זאל האבן ערליכע פירות ערליכע דורות, הקב"ה איז מצרף פאר א מענטש אלע מעשים טובים פון אלע זיינע דורות, במילא איז נישט דא די טענה פון די מלאכים. און די משוררים האבן ממשיך געווען מיטן זמר 'ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים'.

פערטע תורה: חמשה עשר בשבט איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם, מען איז מרבה בפירות צו ווייזן אז מען קען אויך דינען הקב"ה מיט אכילה ושתיה במילא איז קרוב לשכר יותר מלהפסד איז נישט דא די טענה פון די מלאכים.
נאך א אופן, מען איז מרבה בפירות צו ווייזן אז אונז זעמיר מרבה במצות אפילו וואס איז נאר מדרבנן במילא איז קרוב לשכר יותר מלהפסד, אויף מצות דרבנן איז יא דא שכר אויף די וועלט, מען איז מרבה בפירות הקב"ה וועט יא געבן שכר בהאי עלמא און משפיע זיין כל טוב פאר כלל ישראל, און נאכגעזאגט פון הרה"ק ראדמישלא רב זצ"ל אז 'חמשה עשר בשבט' איז בגי' 'שלח רפואה שלימה לחולי עמך' יעצט ווען מען איז מרבה בפירות אז אידישע קינדער זענען מקיים אלע מצוות דרבנן, איז מעורר אז הקב"ה דארף אויך איינהאלטן די מצות דרבנן, די חיובי בעל לאשה וואס איז 'לרפאותה' און איז מחיוב צו שיקן רפואות פאר כלל ישראל. און די משוררים האבן ממשיך געווען מיטן זמר 'אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך'.

פינפטע דב''ק: דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו מ'זאל קענען מרבה זיין בפירות אין לימוד התורה וקיום המצוה, און זען פירות מתוקים תענוג ונחת פון די קינדער און אייניקלעך. און ממשיך געווען אז מען דארף אפגעגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת פארן געבן די זכי' צו טון גוטע פעולות בנוגע די פרייזן פון די דירות אין קרית יואל, און געבעטן א תפילה לעתיד, און געזאגט אז בעזרת השי"ת וועט מען שטיין על המשמר די תקנות זאלן אויסגעפירט ווערן מערסטענס 300 א סקווער פיס אין קרית יואל, און 250 אין קרית יואל המורחבת, און שארף אויפגעפאדערט אלע וואס זענען עוסק אין דעם נישט צו מאכן קיין חכמות. און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס מען האט געהאט מיט די נייע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל, און ארויסגעברענגט די גרויסע עבודה און דגוש וואס הרה"ק רבי ר' מענדל'ע מרימנוב זיע''א האט געלייגט אויף גיין געקנעפלט רעכטס אויף לינקס, און געמאלדן די בשורה מרנינה אז נאכן רעדן צו די סוחרים און בעטן און אויפפאדערן זיך אריין צו לייגן צו קענען אהערשטעלן אויך די קינדערישע בגדים פון רעכטס אויף לינקס און בעז"ה אויף פסח וועט שוין זיין צו באקומען בגדים פאר קינדער רעכטס אויף לינקס, מגביר צו זיין ימין וואס איז חסד, על שמאל וואס איז דינים.
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די כלים צו הערן מוזיק און דרשות, וואס ברענגט גרויסע מכשולות, און אויפגעפאדערט אלע עלטערן נאר צו קויפן די נייע כלי מיט א הכשר, וואס איז אהערגעשטעלט אז מען זאל דאס נישט קענען נוצן פאר עפעס אנדערש.
ביים סוף מעורר געווען אנ"ש צו לערנען קדושת לוי לפורים אלץ הכנה דרבה צום קומו וקבלו, און מסיים געווען ברוב ברכות, און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז חמשה עשר איז אותיות שער שמחה, השי"ת העלפן עס זאל זיין אפן די שערי שמחה פאר אלע אידישע קינדער, מיט פרנסה בהרחבה גדולה.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אֲשֶׁר פִּרְיוֹ יִתֵּן בְּעִתּוֹ וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ.

אין די היינטיגע נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א רייך-עלעגאנטע מסיבה אין שטוב פון הרבני הנכבד המפואר מוה"ר חיים הערש אבערלענדער הי''ו מנהל בית השחיטה אין קרית יואל, מיטן ציהל אהערצושטעלן דעם אסטראנאמישן סכום פון צוויי מיליאן דאלאר צו קענען גומר זיין דעם בנין בית רחל לבנות - בית פיגא שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.

דער פראכטפולער בנין וואס מרן רבינו שליט"א האט זיך אינטערגענומען צו בויען בעיר בני ברק בשנת תשע"ד שטייט שוין אט אט ביים גמר, און כדי דאס צו פארענדיגן אז דאס זאל קענען זיין אין באנוץ נאך דעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל"ט, זענען אפיר געקומען די שותפים לדבר מצוה הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש אבערלענדער הי''ו ואתו עמו הרבני הנגיד מוה"ר יואל בערנאטה הי''ו וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם עול אהערצושטעלן די פראכטפולע מסיבה צו קענען טראגן ווייטער און פארענדיגן גענצליך דעם בנין מפואר ביז צום חנוכת הבית וואס ווערט געפלאנט ביי די גרויסע נסיעה קיין ארה"ק בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בקרב הימים.

כ"ק רבינו שליט"א האט מפאר געווען בראש המסיבה גאר א לאנגע צייט און מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, ווי ס'זענען זיך צוזאם געקומען נדיבי לב קרואי מועד אנשי שם מיט גרויסע באשטייערונגען לטובת דעם גמר הבנין.

אין די לעצטערע וואכן האבן די מסדרי המסיבה אריינגעלייגט כוחות נמרצות אז די מסיבה זאל געקרוינט ווערן מיטן מאקסימאלסטן סוקסעס וחפץ ה' בידם הצליח צו שאפן קרוב צו צוויי מיט א האלב מיליאון דאללאר אין צוגאב צו די מסיבה ביום א' ויחי העעל"ט דורך די עסנים ונגידים חשובים הרבני הנגיד מוה"ר יואל ברא"ש שווארץ הי"ו ואתו עמו הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל שרגא בר"א בראך הי"ו. און בעז"ה אינאיינעם וועט מען קענען גומר זיין דעם מלאכת הבנוי' און מחנך זיין דעם בנין מפואר בקרוב בס"ד לשם ולתפארת.

גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט"ו שבט תשפ"ה2/13/2025

באריכט
דינסטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.
- ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו.
- ב"ר יודא פרענקל הי"ו.
- ב"ר יצחק יושע פירטה הי"ו.
- ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו.
- ב"ר יואל שעהר הי"ו.
- בן הרב אברהם יואל לעפללער הי"ו.
- ב"ר יעקב יחזקאל ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 1:00 איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מסיבת לחיים רבתי בתופים ובמחולות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים לרגל די שידוך שליסן פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, עב''ג החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שבח והודיה און וניגוני דביקות ושמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און פאר אלע בחורים ורמ"י וישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נשואין און דערנאך ארויסגעברענגט די שמחה פונעם שידוך שליסן מיט אזא חשוב'ע חתן א תלמיד הישיבה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די תלמידי הישיבה מען זאל טרעפן גוטע שידוכים דערציילונג א מעשה פונעם ייטב לב זיע''א וואב האט געזאגט פאר ר' בחור אל תהי ברכת כל"ה הדיוט בעיניך, און פונעם קדושת יו"ט זיע''א וואס האט געזאגט אז ער וועט זיך אויפטוהן בעולם העליון אז ער האט אנגעטוהן שטריימלעך פאר די בחורים, און און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער חתן האט געזאגט א פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצע אויבנאן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן און מיט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און מיט אלע מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 1:45 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ) היושב ע"פ אחותו ע"ה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל דאס שידוך שליסן פון די מחותנים ראשי קהלתינו הק' לעיקוואד, הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל רייזמאן הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לעיקוואד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 4:30 זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבתינו ברך משה שע''י מוסדותינו ב''פ אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים שו"ע הלכות שבת הלכות הוצאה א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א און פאר הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל המוסדות.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אהנקומען האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די מחותנים ר' יואל ב"ר משה כהנא הי"ו (ב"פ) און ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג) אין זאל פון אימפעריאל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי ועד להוצאת ספרי ברך משה אין שפיץ פון הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה''כ וומסב''ג און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א, ווי זיי האבן געברענגט פארן רבין דאס ערשטע ספר ארויס פון דרוק, פונעם נייעם ספר ברך משה תשובות וסוגיות הש"ס, דער רבי האט איבערגעקוקט די סוגיות און די תשובות אינעם ספר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און זיך אויסגעדריקט אז "מען גייט בקרוב אי"ה באנייען די נייע ספרים שטוב אינדערהיים אין קר"י און עס איז מיר א זכי' אז מען קען עס באנייען מיט א נייעם ספר פונעם טאטן ז"ל", דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הועד און פארן מדפיס פון די קאמפאני 'ישר'.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הגה''צ רב דקהלתינו לינדען שליט''א אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק', ווי הרבני הנגיד ר' יצחק וואלף פילאפ הי''ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר תפילה בבית מדרשינו החדש אין לינדען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון לינדען בכלל און קהלתינו הק' בפרט, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט''א דומ''ץ דעברעצין, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל נשואי בתו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין הלכות מזוזה, און ער האט געוויזן פאר רבינו שליט''א זיינע ספרים וואס ער גיט ארויס פארשידענע אינטערעסאנטע ענינים און תשובות פון דעברעצינער רב ז''ל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ד שבט תשפ"ה2/12/2025

באריכט
מאנטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
- בעל תפילה: ר' משה שטיין הי"ו
- בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג).
- ראשון: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שני: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו (קר"י).

ארום 12:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגענט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגן חב''ד רב הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן דעם ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, פון ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:30 אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.

אינטערוועגנס האט דער רבי עוסק געווען בלימודו און געשריבן חידושי תורה.

ארום 9:10 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טוטער-בארא עירפארט, דער אנוועזנדער ציבור איז אריבער שלום נעמען, און דער רבי איז אריינגעפארן אויפן וועג קיין וומסב''ג מפאר זיין בראש השמחה ביים שמחת התנאים פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה בת הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

דער רבי איז אנגעקומען ארום 9:50 און צום ערשט געדאווענט מעריב בהיכל מאיר זעליג בביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט דעם ביהמ''ד און זיך מיט געפרייט בשמחתו של רבינו שליט''א.

מען האט מקבל געווען רבינו שליט''א בתופים ומחולות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס אויפן אויבן אן, און געטאנצן אויפן פלאץ מיט גרויס התרגשות אויף די ניגונים קול רנה, חסדי ה' כי לא תמנו, און נאך ניגוני הודאה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א בדברי שבח והודאה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, און ארויסגעברענגט ווי די ברכות וואס רביה"ק בעל ברך משה זיע''א האט אים אנגעוואונטשן פון טיפן הארצן ביי זיין שידוך האט אים געברענגט ביז אהער, און די ברכות וועלן ווייטער באגלייטן אויך די קומענדיגע דורות.

מען האט געזינגען ווארימע ניגוני שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד בדביקות ובהתרוממות.

דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, מצד החתן: הרה"ח ר' שמעון כ"ץ הי"ו.
עדים: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן אבי החתן שליט"א.

מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם עלטער זיידן גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פארן חתן, זיידעס און מחותנים, און באזונדער האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן פארן עלטער זיידן הגה"צ אב''ד גרינוויל שליט"א וועלכע געפינט זיך אין אריזאנע.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל' און געטייטשט בעניני נשואין אז די כח פון אברהם אבינו גייט אריין אין יעדע אידישע שטוב און דאס האלט די שטוב הייליג, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן 'א תלמוד חכם א ירא שמים' וואס דער רבי אליינס האט אים שוין בעבר פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר חתן וכלה, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס מצד החתן ומצד הכלה, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מרגשי לבבו בדברי שבח והודי' צו הקב"ה אז מען דערלעבט א שידוך שליסן פון א דור רביעי בשעטו"מ און מען דאנקט הקב"ה בתוך רבים אהללנו און מען בעט א תפילה אויפן עתיד מען זאל דערלעבן נאך אסאך שמחות ביי אלע קינדער, אייניקלעך, און אור-אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער חתן געזאגט זיין פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד בשמחה עצומה מיט'ן גאנצן אויבנאן.

ארום 11:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד הגדול אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל, אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בעל תפילה: ר' משה שטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז דער ציבור וואס האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען.

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די סדר ומהלך פון אונזערע בתי שחיטה לגסות.

פארנאכטס ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ב שבט תשפ"ה2/10/2025

באריכט
שב''ק פרשת בשלח שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס

ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 4:15 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר ישראל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען און געוואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו (קר''י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הים ראה וינוס' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.

קה אכסוף: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי). ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדה פונעם הגה''ק הדברי חיים זיע''א בנוגע שבת שירה.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב"פ). אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה און שחרית און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתרגשות ובתלהבות, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
בעל קורא: הגה"צ אבד"ק אויסטריק שליט"א.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יושע הערש ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: ר' ישראל יודא ברא"י ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- חמישי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך ר' ליפא דייטש הי"ו (קר"י) דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' יוסף מאיר שנעעבאלג הי"ו.
- הוספות פ' המן: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הוספה: הגה"צ אב''ד אויסטריק שליט"א.
- אחרון: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ראובן יוסף לעווי הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו (קר"י).

מוסף: הגה"צ אב''ד אויסטריק שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום הורוויץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:05.
- מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר''י).
- פתיחה: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א (קר''י).
- כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר''י).
- לוי: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' ליפא דאנציגער הי"ו (לעיקוואד).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: ר' יוסף זונדל ברנ"ה שטיין הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און מאריך געווען אויפן פסוק 'ויהי בשלח פרעה את העם' און געטייטשט אז די זכות פון משה רבינו איז מגין אויף די אלע וואס זענען עוסק בתורה זאלן נתעורר ווערן לתשובה און קענען מתקן זיין יעדע עבירה און פגם.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: ר' משה ברנ"ה שטיין הי"ו (וומסב''ג). נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט' שבט תשפ"ה2/7/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' ליפא שפילמאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען און אפגעבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב"פ).
- בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק.
- כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע געגענטער אין ניו יארק און לענדער אין אייראפע ווי אידן האבן זיך באזעצט נאך די צווייטע וועלט מלחמה.

פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט מען געדאווענט מעריב.

נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט''א הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי איז ארויס אין א פייערליכן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה מיט גרויס התרגשות.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'עזי וזמרת קה ויהי לי לישועה' און געטייטשט אז דורכ'ן בויען א אידישע שטוב איז מען ממשיך די שכינה הק' און עס ווערט אלקי אבי 'וארוממנהו', און ממשיך געווען בקול חונק דמעות מיט התרגשות של שמחה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה יעצט ווען מען טוט א שידוך מיט די ערשטע אור אייניקל און די שבח והודיה וואס מען דארף געבן פאר הקב"ה אז מען דערלעבט אזא חשוב'ע שידוך מיט א חתן א תלמוד חכם א בר אוריין און א בר אבהין, אן אייניקל פון צדיקים וקדושים, נאנטע משפחה אן אייניקל פון זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א ולמעלה בקודש, דער רבי האט דערמאנט אז די כלה איז געבוירן די טאג פון די הסתלקות פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וואס האט נאך דערלעבט א דור חמישי און עס איז זיכער אז ער וואלט געהאט א שטארקע שמחה מיטן יעצטיגן שידוך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מריחוק מקום פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:15, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע אין אייראפע פאר די ערשטע וועלט מלחמה, און מעשיות פון די צווייטע וועלט מלחמה.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:30 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: ר' אהרן ברוך קאהן הי"ו (קר"י).
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדהל''ק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין וועלכע איז געלערנט געווארן דורך חבורת יסודי התורה און געזאגט קדיש.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים וואס מען האט געזינגען בשעתו ביים בעל הילולא זיע''א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד אויסטריק שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורי קודש.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 7:10. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- פתיחה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי פאזנער הי"ו.
- בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק.
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער חפצי קודש פון רבותיה"ק עצי התמרים זיע''א.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:30 האט מען געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן פינף ליכט און א נשמה לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:30 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגח' שבט תשפ"ה2/6/2025

באריכט
שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב

מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א


לאירוסי נכדתו הכלה תחי'
בת הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א
בן הגה''צ ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט''א מבארדיוב
חתן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א

עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל
בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל יצ''ו
בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אדמו''ר מקארלסבורג מאנטרעאל
חתן הגה''צ ר' יושע העשיל וואגשאהל שליט''א אב''ד יאסלא מאנסי, בן הגה''צ ר' שמואל חיים ראובן זצ''ל, בן כ''ק הגה''צ ר' אלטר יעקב יצחק מ'לאנצהוט זצ''ל
וחתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל יצ''ו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגה' שבט תשפ"ה2/3/2025

באריכט
שב''ק פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס

ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 4:05 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר''י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם מקנינו ילך עמנו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ו' שבט.

קה רבון עלם: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג), מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.

עליות.
- כהן: הר"ר יושע געלב שליט"א.
- לוי: הר"ר ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג).
- חמישי: הר"ר יונתן דענעבוים שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
- הוספות: הרה"ח ר' ישעי' משה בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- ר' אברהם מאסרי הי"ו (קר"י).
- אחרון: הבה"ח ב"ר שלום זושא קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו (לאס אנדזשעלעס).
- הגבה: הרה"ח ר' נפתלי ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש כהנא הי"ו (וומסב''ג).

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א די וואך. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:40, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:55.
- מנחה: הר"ר יודא ביקעל שליט"א (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט"א (קר"י).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב ציטראנענבוים הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הר"ר יושע געלב שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת הפסח' און געטייטשט אז די אידן טוהן אלעמאל פעולות נתקרב ווערן צום באשעפער, אבער נישט יעדער איז זוכה צו בלייבן נתקרב ווייל די פגם החטא אפילו מען טיט תשובה איז גורם מען זאל פאלן און נישט בלייבן ביי די מדריגה, די עצה איז עוסק זיין בתורה לימוד גמרא ותוספות, דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו סייעתא דשמיא און די תשובה זאל זיין א בר קיימא.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגב' שבט תשפ"ה1/31/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זיע''א, דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בא ר"ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.
- פתיחה: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו (לאס אנדזשעלעס).
- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' יוסף כאירה הי"ו (וומסב''ג).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' נפתלי ווייס הי"ו (וומסב''ג).

מוסף הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ).
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן מהר"ם שיק זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגא' שבט תשפ"ה1/30/2025

באריכט
מיטוואך פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס מאכן זיך שב"ק מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
פאר מעריב האט שלום גענומען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס. ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הר"ר אהרן פערל שליט"א (ב"פ).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פילע אידישע ישובים אין ניו יארק און אין גאנץ אמעריקע.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, וועלכע וויילט אין פאלם ספרינגס אויף אפרוה אין די יעצטיגע טעג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער פילע מקצועות התורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביזן קאר.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' הערשל לעווי הי"ו (קר"י).

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן אין די דערנעבנדיגע האט-ספרינגס געגענט אויף א ביקור גומלין באזוך ביי ש''ב כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ח טבת תשפ"ה1/28/2025

באריכט
מאנטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' יעקב ציטראנענבוים הי"ו.
- בעל קורא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (קר"י).
- לוי: הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט"א (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
- גלילה: הרב הילל שמואל גרינפעלד שליט"א (ב"פ).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס איבערן מוסד הק' שערי חמלה און איבער די דערהויבענע שבת התוועדות דורך חבורת ליל שישי וועלכע איז פארגעקומען די פארגאנגענעם שב"ק אין מחנה בית רחל, אזוי אויך האט דער רבי אויסגעשמועסט איבער וויאזוי לולבים וואקסן און דערביי האט דער רבי צוגעוויזן די לולבים ביימער אויפן וועג.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הר"ר אהרן פערל שליט"א (ב"פ).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק אריבער זיך געזעגענען.

אין די מיטאג שעה'ן איז אריבערגעקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אינעם דערנעבענדיגן האט-ספרינגס געגענט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס בקורות גדולי ישראל ובצדיקי בית וויזניץ און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב. נאך מעריב זענען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת וארא מברכים חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מתלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 4:00 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, דערנאך איז דער רבי ארויס צום שאטער אינעם חצר הביהמ"ד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך ישיבה גדולה שיעור ד' ווי מען האט געגעסן די סעודות, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און די בחורים האבן געזינגען די זמירות און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, נאך א שטיק צייט האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת און האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, און דערביי זיך אומגעקוקט אויפן עירוב וואס איז ספעציעל געמאכט געווארן אויף שבת פונעם שאטער צום ביהמ"ד דורך די רמ"י ותלמידי הישיבה.

ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו (קר"י). מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין ישראל אדער א דין בן נח.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הבעל התניא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"ד טבת.

קה רבון עלם: הר"ר אהרן פערל שליט"א (ב"פ). ביי די פירות האט דער רבי פארטיילט פאר אלע חתנים תלמידי הישיבה. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).
- בעל קורא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עליות.
- כהן: הר"ר אהרן פערל שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו (קר"י).
- שלישי: הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא.
- רביעי: הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין הי"ו (קר"י).
- חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הוספות: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א.
- הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
- אחרון: ר' פנחס איידליס הי"ו (קר"י).
- מפטיר: הרה"ח ר' שלום משה אייזענבערגער הי"ו (שיכון סקווירא).
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו (קר"י)

נאכן ליינען האט דער רבי ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: הגה"צ דומ"ץ שיכון סקווירא שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: נכד רבינו הרב יוקל ט"ב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:45.
- מנחה:ן הרה"ח ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- הוצאה והכנסה: הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט"א (קר"י).
- בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א.
- כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י).
- שלישי: נכד רבינו הרב יוקל ט"ב שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הב' יואל משה ב"ר חיים ראובן שעהנברוין הי"ו (קר"י).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און געטייטשט אז מיט יעדע עבירה איז עס א פגם אין די עולמות עליונים, ווען מען זאל ווען רעכענען לויט דעם וואלט חלילה נישט גענוצט קיין תשובה, נאר הקב''ה ברוב רחמיו וחסדיו רעכענט עס לויט די פגם בעולם הזה במילא ניצט יא תשובה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג