דינסטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הר"ר אהרן פערל שליט"א (ב"פ).
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פילע אידישע ישובים אין ניו יארק און אין גאנץ אמעריקע.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, וועלכע וויילט אין פאלם ספרינגס אויף אפרוה אין די יעצטיגע טעג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער פילע מקצועות התורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביזן קאר.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' הערשל לעווי הי"ו (קר"י).
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן אין די דערנעבנדיגע האט-ספרינגס געגענט אויף א ביקור גומלין באזוך ביי ש''ב כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
