בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ב שבט תשפ"ה2/10/2025

באריכט
מאנטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
- בעל תפילה: ר' משה שטיין הי"ו
- בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג).
- ראשון: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שני: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו (קר"י).

ארום 12:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגענט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגן חב''ד רב הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן דעם ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, פון ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:30 אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.

אינטערוועגנס האט דער רבי עוסק געווען בלימודו און געשריבן חידושי תורה.

ארום 9:10 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טוטער-בארא עירפארט, דער אנוועזנדער ציבור איז אריבער שלום נעמען, און דער רבי איז אריינגעפארן אויפן וועג קיין וומסב''ג מפאר זיין בראש השמחה ביים שמחת התנאים פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה בת הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

דער רבי איז אנגעקומען ארום 9:50 און צום ערשט געדאווענט מעריב בהיכל מאיר זעליג בביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט דעם ביהמ''ד און זיך מיט געפרייט בשמחתו של רבינו שליט''א.

מען האט מקבל געווען רבינו שליט''א בתופים ומחולות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס אויפן אויבן אן, און געטאנצן אויפן פלאץ מיט גרויס התרגשות אויף די ניגונים קול רנה, חסדי ה' כי לא תמנו, און נאך ניגוני הודאה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א בדברי שבח והודאה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, און ארויסגעברענגט ווי די ברכות וואס רביה"ק בעל ברך משה זיע''א האט אים אנגעוואונטשן פון טיפן הארצן ביי זיין שידוך האט אים געברענגט ביז אהער, און די ברכות וועלן ווייטער באגלייטן אויך די קומענדיגע דורות.

מען האט געזינגען ווארימע ניגוני שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד בדביקות ובהתרוממות.

דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, מצד החתן: הרה"ח ר' שמעון כ"ץ הי"ו.
עדים: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן אבי החתן שליט"א.

מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם עלטער זיידן גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פארן חתן, זיידעס און מחותנים, און באזונדער האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן פארן עלטער זיידן הגה"צ אב''ד גרינוויל שליט"א וועלכע געפינט זיך אין אריזאנע.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל' און געטייטשט בעניני נשואין אז די כח פון אברהם אבינו גייט אריין אין יעדע אידישע שטוב און דאס האלט די שטוב הייליג, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן 'א תלמוד חכם א ירא שמים' וואס דער רבי אליינס האט אים שוין בעבר פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר חתן וכלה, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס מצד החתן ומצד הכלה, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מרגשי לבבו בדברי שבח והודי' צו הקב"ה אז מען דערלעבט א שידוך שליסן פון א דור רביעי בשעטו"מ און מען דאנקט הקב"ה בתוך רבים אהללנו און מען בעט א תפילה אויפן עתיד מען זאל דערלעבן נאך אסאך שמחות ביי אלע קינדער, אייניקלעך, און אור-אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער חתן געזאגט זיין פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד בשמחה עצומה מיט'ן גאנצן אויבנאן.

ארום 11:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד הגדול אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל, אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 576