דינסטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"י שטיינמעטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', און דערנאך ממשיך געווען בדברי חיזוק לרגל סיום הזמן, בדברי שבח פון די ישיבה וואס מען האט געענדיגט דאס יאר בכי טוב און דעם שם טוב וואס די ישיבה האט זיך קונה געווען, ווי מען האט דורכגעטוהן פילע מקצועות התורה און בפרט הלכות מקוואות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און גוטע שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. הרה''ג ר' יעקב אלי' טורנהיים שליט"א ר''מ בישיבה האט אויפגעטרעטן, דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר דברי חיים מקוואות פאר אלע תלמידי הישיבה און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי צוגעפארן אויף א קורצע באזוך צו בית מדרשינו החדש 'ביהמ"ד לב אהרן' אויף סאוט אכט וועלכע איז זייער שיין פארענדיגט געווארן און וועט בעז"ה עפענען אירע טויערן אויף דעם שב"ק הבעל"ט, דער רבי האט ארומשפאצירט אינעם גאנצן בנין ביהמ"ד מיט א קורת רוח פונעם הערליכן ביהמ"ד וואס מ'האט אהערגעשטעלט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' יוסף מאיער שליט''א ראש ישיבת מאור התורה לברך ולהתברך בברכת השנים עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס אין די סוגיות וואס מהאט יעצט אהנגעהויבן צום אלול זמן במסכת בבא בתרא און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און ארויסבאגלייט ביז די טיר.
אזוי אויך האט דער רבי געבענטשט פלעשלך האניג וואס איז געשיקט געווארן קיין ארה"ק, פאר די עסקנים בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק, וואס האבן זיך אועקגעגעבן בלו"נ טעג און נעכט, אהערצושטעלן דעם פארברייטערטן היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל, ס'זאל זיין גרייט אויף די הייליגע טעג הבעל"ט לשם ולתפארת.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו ווי בנו הנגיד ר' אברהם בנימין אלימלך הי"ו פון קר"י האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק, דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הגה"ק רבי דוד דייטש זצ"ל בעל אהל דוד פון וועם דער נדבן איז א אייניקל, און דער רבי האט פארציילט זכרונות פון הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה זיידע פונעם נדבן וועלכע האט נאך זוכה געווען להסתופף בצל קדשו פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זצוק"ל און באקומען א הבטחה ניצול צו ווערן פון די הענט פון די רשעים, און איבער פארשידענע זכרונות מימי רביה"ק זי"ע. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און פארטיילט פלעשלעך האניג פאר אלע בני המשפחה לכבוד ראש השנה הבעל"ט. דערנאך ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"א אלול תשפ"ד9/24/2024
באריכט
מאנטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר ירחמיאל ביטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יחזקאל פייוול בראך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מרדכי יעקב סאאל הי"ו. ב"ר ישראל דוד פארקאש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - הרה"ח ר' חיים זלמן שעהר הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' יוסף דערמער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' יואל ברי"ל סופר הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' ישראל משה שטוהל הי"ו, באולם גינת קליין.
פאר די חופה אין בית רחל פאראדייס האט דער רבי געדאווענט מנחה בבנין הבית רחל בנין ברכה סימא.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הר''ר אברהם שמחה ואחיו הר''ר אלכסנדר נחום גאטליעב שליט"א היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה לעבל שליט"א ראש ישיבת תורת חיים ומראשי קהילת אהלי יעקב אין מאסקעווע אינאיינעם מיטן הר"ר בצלאל מאנדעל שליט"א מנה"ר ת"ת ראשית חכמה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין מאסקעווע און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: הרה"ח ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו. הרה''ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו - הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו. ב"ר לייב ברש"א פרענקל הי"ו. ב"ר יעקב שמעון קויפמאן הי"ו. ב"ר יואל גליק הי"ו. ב"ר ישכר בער הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז מקבל זיין ברכות הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פינפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
אויך זענען אריין בקו''פ הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו חברי הנהלת מבצר הכוללים קר"י אינאיינעם מיט עסקני הכולל וועלכע האבן געברענגט פלעשער האניג וועלכע וועלן פארטיילט ווערן לכבוד יו"ט ראש השנה הבעל"ט פאר די גרעסערע תומכי הכולל, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די תומכים און פאר די עסקני הכולל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די סיום הש"ס פון החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע סוגיות הש"ס דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל וואלף שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל שטיינמעטץ הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופה אין כינור דוד האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק', און נאך אלע חופות ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל טובי' ליכטמאן הי"ו - הרה"ח ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון ימים נוראים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך הרה''צ מהרי''ש מקאסוב לעיקוואד שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית קאסוב, דער רבי האט ארויסגעברענגט דאס ידידות מיט להבחל"ח אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און הרה''צ שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן דעם ספר שרגא דנהרא פון אביו זצ"ל וועלכע איז יעצט ארויסגעקומען.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ' אלול תשפ"ד9/23/2024
באריכט
נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א ספעציעלע זיצונג בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע דער לאקאלער קאנגרעסמאן פעט רייען, און זיין אויבערהאר האקים דזשעפריס, דער דעמאקראטישער מינאריטעט פירער, אינאיינעם מיט העסקן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו ניו יארק אסעמבלימאן, און מיט די ראשי ועסקני עיר קרית יואל יצ"ו. וואו רבי האט קלאר געשטעלט אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך צו אדרעסירן איז דער גזירות החינוך וואס שוועבט אויף אחינו בני ישראל דרי ניו יארק רבתי, און די אלע טובות וואס מיר דארפן איז גארנישט ווערד אויב די גזירת החינוך פארבלייבט אין קראפט היל"ת. און ס'איז ארויסגעברענגט געווארן עטליכע אופנים וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען זיין בייהילפיג, און זיי האבן פארשפראכן צו טוהן אלעס אין זייער מעגליכקייטאויף דעם געביט.
דערנאך האט מען אויסגעשמועסט פילע אנדערע ענינים וואס זענען נוגע פאר אחב''י ובפרט פאר תושבי קרית יואל, די ווייטערדיגע הרחבת הגבולים, ביליגע דירות המכונה "עפארדעבל האוזינג" און רעגירונג הילף אויסצוצאלן די הויכע קאסטן פון רענט, וואס קען זיין בייהילפיג פאר פילע אחב"י, און נאך פארשידענע ענינים. דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר די פאליטיקאנטן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקע, און באזונדער געוואונטשן פאר ר' שמחה אייכנשטיין ני"ו פאר זיי שטענדיגע גרייטקייט בעולם העסקנות על כל פרט ופרט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ט אלול תשפ"ד9/22/2024
באריכט
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו. החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה בר"מ סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה הערש בן הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ. ברכת המזון: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מאטעלע האראנסטייפל'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא ענגעל הי"ו (ב"ב). אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עזרא בנעט הי"ו (ב"ב). פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
צוליב די ריבוי השמחות בליעה"ר כ"י און די פרשת התוכחה ווי עס איז שווער צו צוצולייגן הוספות האט דער רבי נישט עולה געווען ביי שחרית, און געהייסן אוועקגעבן די עלי', און עס האבן עולה געווען נאר די חתנים, און דער רבי האט עולה געווען ביי מנחה.
עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו. שלישי: החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: החתן לוי יצחק ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו. שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו. הוספות: החתן נפתלי הירצקא ב"ר חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו. החתן אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו. החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו. פרשת התוכחה: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. החתן ישראל זאב ב"ר יואל זאבעל הי"ו. אחרון: החתן שמעון ישראל בן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. מפטיר: החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמואל זאנוויל ברד"ל קרויס הי"ו. ר' יואל ברוך ברמ"ז שטערן הי"ו. ר' אביעזר מרדכי בר"ע געשטעטנער הי"ו. ר' יואל בר"ל אפענהיים הי"ו. ר' ארי' בר"ש הערשקאוויטש הי"ו. ר' מרדכי אקער הי"ו.
הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א ראה"כ בראד וומסב''ג, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:25. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' מעכיל פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב. גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז הקב''ה איז א מוחל וסולח דורך תשובה און מעשים טובים דורך דעים וואס ער איז מעביר ראשון ראשון און איז מבטל די מיעוט עבירות אינעם ריבוי המצוות, אבער אויב איז חלילה נישטא קיין מצוות דורך דעים וואס די חיצונים נעמען עס צו איז די עצה דורך קבלת עול מלכות שמים מצוות קרי''ש שחרית וערבית כהלכה צוריק צו ברענגן די אלע מצוות ומעשים טובים און אזוי ניצט תשובה. ידיד נפש: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
ארום 12:15 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה טראכטמאן שליט"א יו"ר מעשה חושב פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לומד'ישע שמועס אין פארשידענע סוגיות הש"ס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און אים געלאדנט צו קומען און מיטהאלטן די סיום מסכת קידושין דורך כתה ט' מכינה לישיבה.
נאכ'ן באזוך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה ט' מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדות קר''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים. הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און מען האט פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסברענגענדיג מיט התרגשות די גרויסקייט ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און איז א גרויסע קורת רוח פאר רביה"ק זיע''א מייסד העיר בעולם העליון, און מסיים געווען ברוב ברכות פאר די עלטערן, זיידעס און אלע בחורים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דינוב קר''י צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, עס האט זיך אויך משתתף געווען פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פון דעם קשר פון הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א מיט הרה"ק הדרכי תשובה ממונקאטש זיע''א, דער רבי האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ז אלול תשפ"ד9/20/2024
באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א בבנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים בנימין קאהן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הב' יוסף ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו און הב' ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו האבן געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין און מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, רמ"י הישיבה ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - דברים פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מסיים געווען די מסכתות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דא ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב לאזאר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם לייב ראזענבערג הי"ו. ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א אין שכונת ברך משה המורחבת (עיקערס ענקלעיוו), דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די דירה און קובע געווען א מזוזה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים כ''ק אדמו"ר משבט הלוי שליט''א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען אין בית החיים דקרית יואל צו די לוי' פון הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' נטע הויזער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די גמר כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דור תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' לע"נ הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו ממציוני תלמידי הישיבה און איז אריינגעגעבן געווארן אויפדערנאכט בהיכל הישיבה, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו, און דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודי קודש ברגשי אש. מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:45 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"מ בראך הי"ו, באולם גינת קליין, און דערנאך צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר ירחמיאל זאב פריעד שליט"א - הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א. הרה''ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו - הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגט"ז אלול תשפ"ד9/19/2024
באריכט
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית ארום 7:30 אינדערפרי אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר דוד עהרנטאהל הי"ו. ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו. ב"ר מאניש שפילמאן הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט א קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ברד"ה מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלמה היימאן ע"ה. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 2:45 איז דער רבי אריבערגעפארן קיין ב"פ. ביים אנקומען ארום 3:15 איז דער רבי ארויף אין שטוב פון נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די גרענד טערעס זאל צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הנגיד ר' יהודא דוד רובינשטיין הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' בארה"ב ובאה"ק. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א אב"ד וואלקאן און מיט נאך אנדערע אהנוועזענדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור און דער נאך ארויס אין א רקידה מיטן חתן ומחותנים. פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל גמר המקח פון בית מדרשינו החדש אויף 58 סט, ווי ער האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין 'ביהמ''ד לב אהרן', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"פ און אין קר"י, דער רבי האט באטראכט די פלענער פונעם ביהמ"ד און איבערגעגעבן א מתנה פאר חתנו ר' ישעי' רעטעק הי"ו מראשי העסקנים פארן ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה אלי' הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:00 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס זענען אריין בפו''פ הונדערטער אנ''ש תושבי בארא פארק, צווישן זיי הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, לקראת הימי הרחמים והרצון ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די באבוב זאל 'אולם הייטנער' ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון הכלה בת הנגיד ר' יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו, און נאך די חופה ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף אליעזר הי"ו און פאר די מחותנים און זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת חי' צום מעמד החופה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן חתן, די מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון הרבצת התורה וואס דורך דעם ווערט מקויים די הבטחה פון השי"ת כי לא תשכח מפי זרעו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אריבערשפאצירט צו די זאלן פון עטרת חי' צו די שמחת החתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, און דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים, און זיידעס, און אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און מיט אלע נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און עקסטער מיט די אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל שליט"א.
ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי לרגל שמחת ארוסי בתו למז"ט.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א. ב"ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו. ב"ר אברהם קליין הי"ו. ב"ר אהרן הערש אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און די תלמידי הישיבה זענען אריין בקו''פ לקראת זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אום 4:20 איז דער רבי אהנגעקומען צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, פארגעקומען אין זיין חדר אוצר הספרים וכתבי קודש, צוגעשטעלט פאר די אברכי הכולל פון בית מדרשינו בנין בראך, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס איבער פארשידענע נוסחאות אין די הייליגע טעג, און אלטע פארצייטישע מנהגים, דער רבי האט איבערגעקוקט כתבי ידות און אלטע ספרים מבית גנזיו פון צדיקים הקודמים און צוגעצייכנט פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות פון די ספרים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די אברכי הכולל און נאכן בענטשן געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און צווישן אנדערע האט ער געגעבן א גריס פון קרית ויואל משה מאנטיסעלא נאכן וויילן דארט אין די פארלאפענע זומער חדשים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40, נאך מעריב האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךט"ו אלול תשפ"ד9/18/2024
באריכט
לפני מלכים ושרים יתיצב:
פרעצעדענטלאזער השתדלות-מיטינג דורך כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אינעם 'טראפ טאוער' אין מאנהעטן ערשטמאליגער באשלוס אויסצונוצן איינלאדענונג צו שתדל'ען פאר הילף אינעם עתיד איבער גזירת החינוך אין ניו יארק; די גזירות בארה"ק; האוזינג; שחיטה; און בכלליות איבער אוועקשטעלן פעדעראלע קשרים. מיטינג מיט'ן זון און פאליסי-באגלייטער פון פרעזידענט טראמפ ווערט געקרוינט מיט הצלחה נאך שטארקע פארשטענדעניש אין אלע הינזיכטן
אין אן אומגעווענליכע און היסטארישע שריט פון "השתדלות" למען הכלל והפרט ולמען אחב"י תושבי הגולה ותושבי ארה"ק צוגלייך, איז היינט פארקומען א באזוך פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם "טראמפ טאוער" אין מאנהעטן, וואו דער רבי איז בטירחא דגברא רבה אראפגעפארן צו האבן א פערזענליכע שתדלנות מיטינג אריינצושטעלן גאר וויכטיגע אידישע אינטערעסן אינעם סדר היום און פאליסי-פלענער פונעם געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ. דער באזוך וואס האט זיך פארצויגן פאר א שעה צייט, איז געווען מיט'ן זון פונעם קאנדידאט, מר. עריק טראמפ, וואס איז דער געהילף פון זיין טאטן ווען עס קומט צו באגלייטן די צוקונפטיגע אדמיניסטראציע פאליסיס און טראנזישאן טיעם.
די פלאן פונעם באזוך האט זיך אנגעהויבן מיט ארום 2 וואכן צוריק, ווען עס איז אריבערגעקומען צום רבי'ן א שתדלן און נאנטער צום טראמפ קאמפיין, הרב יהודה קאפלאן הי"ו פון נארט מיאמי, וועלכע איז א גרויסער געשעפטסמאן אין די פלארידא סטעיט און האט בעבר געהאט אסאך ביזנעס קאנטאקט מיט די טראמפ פאמיליע, און כהיום דינט ער ווי דער פארבינדונגס מאן פונעם קאמפיין צו די חרדישע געזעלשאפטן אויף פארשידענע פראנטן. הרב קאפלאן האט געבעטן פונעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פונעם קאמפיין אז זיי ווילן אויפסעטן א מיטינג צו הערן אונזערע געברויכן, נאכגעפאלגט מיט א פערזענליכע צוזאמענטרעף מיט'ן קאנדידאט, כדי צו ערהאלטן די אינדארסירונג פון סאטמאר'ס בלאק-וואט. נאך לענגערע דיונים און אויסשמועסונגען מיט שתדלנים און פאליטישע עקספערטן, האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם באשלוס אז אין אזא צייט ווען דאס יהדות החרדית איז אזוי אנגעוויזן צו ווערן באשיצט פון די וואס ווילן אונז שלעכטס טון ח"ו, איז כדאי נישט צו ארויסלאזן אזא געלעגנהייט צו שתדל'ען ביים קאנדידאט, נאכדעם וואס ער האט שוין בעבר באוויזן אויסצופירן פארשידענע שווערע שריט לטובת אידן אין אמעריקא בכלל ובפרט. נאכ'ן באשטעטיגן דעם באזוך איז באשטימט געווארן אז מרן רבינו שליט"א וועט היינטיגן מיטוואך 10 אזייגער פארמיטאג אונטערנעמען דעם היסטארישן פרעצעדענט פון השתדלות למען אחב"י, און פערזענליך אראפפארן צום טראמפ טאוער אין מאנהעטן צו א מיטינג. * צום באשטימטן מינוט איז דער רבי אריין צום מיטינג מיט א גאר ענגע באגלייטונג ווי פאראויס באשטימט. עס זענען אריין מיט'ן רבי'ן העסקן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און העסקן הרב ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז א נאנטער פריינט מיט הרב קאפלאן און איז געווען אינסטרומענטאל אין די צוגרייטונגען צו די השתדלות. אין אנהויב פונעם באזוך, ווען עס איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער רבי קומט דא אין נאמען פון צענדליגער טויזנטער סאטמאר'ע אידן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי, ווי וויליאמסבורג; קרית יואל; בארא פארק; מאנסי; לינדען; לעיקוואד אא"וו, האט דער רבי שליט"א פערזענליך אויסגעדרוקט די שטארקע הכרת הטוב וואס דער חרדישער ציבור אין ניו יארק האט פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט, פאר די פילע ערנסטע שריט וואס ער האט גענומען לטובתינו דורכאויס זיין פריערדיגע פרעזידענטשאפט, ובפרטיות פאר'ן העלפן ענדיגן צייטליך די קאוויד לאקדאונס; דאס שענקען אן אויסלייז פאר הר"ר שלום ווייס הי"ו און הר"ר שלום מרדכי רובאשקין הי"ו; די רעלידזשעס פרידאם וואס ער האט פארשטארקט, הויפזעכטליך מיט די נייע סופרים קאורט דזשאדזשעס וועמען ער האט אריינגעשטעלט, וועלכע האבן שוין גאר אסאך אויסגעפייט לטובת רעליגיע; די פריזאן-רעפארם ביל, און די נאכפאלגנדע באפרייאונג פון הר"ר מרדכי יצחק סאמעט הי"ו; די רעטונג הילף וואס די סאטמאר מאנסי מוסדות האבן ערהאלטן ווען זיי האבן זיך געמוטשעט מיט קאורט קלאגעס מטעם די לאקאלע עירמאנט רעגירונג ביז די פעדעראלע US אטורני'ס האבן געברענגט אן ענדע דערצו; און נאך. עס איז דערביי געווארן אנגעוויזן אז אונזער גאנצער ציבור האט טאקע ארויסגעוויזן דעם הכרת הטוב! דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר האט ארויסגענומען דאקומענטן, און געצייגט די ציפערן וואס ווייזן אז ווען טראמפ איז געלאפן צו זיין ערשטע טערמין, האט ער באקומען די שטימען פון סאטמארע געגנטער בכלל און קרית יואל בפרט, פון בערך 50% פון די וויילער. ווידער ווען ער איז געלאפן פאר ווידערוויילונג, ווען ער האט ערהאלטן די אינדארסירונג פון אנ"ש אלס הכרת הטוב, האבן אזויפיל ווי 90% שטימען געגאנגען מיט א לענדסלייד שטימע פאר אים, א זאך וואס האט געברענגט א שטארקע התפעלות און דעמאנסטרירט וויאזוי אונזער מדה פון הכרת הטוב גייט אן גאר שטארק ביי פאליטישע באאמטע, און דער ציבור פאלגט אויס די אינדערסירונגען פון די עסקני הכלל. * דאן איז דער שמועס אריבער אויף פאראויס, ווען דער רבי האט אנגעהויבן רעדן איבער'ן עתיד, אויף וואס מיר קוקן ארויס אז טראמפ אלס פרעזידענט זאל אונז קענען ווייטער נאך מער העלפן, בס"ד. אלס אריינפיר דערצו איז געווארן אויסגעשמועסט אז אונזער וויזיע דא אין אמעריקא איז ווי פאלגנד: אונזער רבי זי"ע, דער גרינדער פון אונזער קהלה און רעטער פון אונזער געמיינדע, איז אהערגעקומען נאך די האלאקאוסט, און אנגעהויבן איבערפלאנצן דא די "אויטענטישע אידישקייט", גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אין אייראפע בעפאר די האלאקאוסט, אין יענע צייטן זענען געווען שווערע טויזנטער ארטאדאקסישע אידן אויסגעשפרייט אין מערערע שטעט און שטעטלעך איבער גאנץ אייראפע. אט דאס, מיט די זעלבע לעבנסשטייגער, האבן מיר איבערגעפלאנצט דאהי אינעם מלכות של חסד, און ווען די צאל ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקא וועט האלטן ביי וויפיל עס איז געווען בעפאר די האלאקאוסט אין אייראפע, מיט'ן זעלבן ארגינעלקייט, וועלן מיר זיין נאנט צו א הצלחה אין אונזער וויזיע. דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט אונזער בקשה, אז די געטרייע באאמטע און די גאנצע רעגירונג זאלן אונז ווייטער העלפן צוקומען צו אונזער ציל צו בויען ווייטערדיגע דורות און משפחות אויף אונזער איידעלער וועג אן קיין שטערונגען, און דערמיט איז מען אריבער צו די קריטישע נושא וואס ליגט יעדן אויפן סדר היום: חינוך. דער רבי האט געזאגט אז ער בעט בלויז איין זאך: "די עלטערן" זאלן האבן א "טשויס" אויף די קאריקולעם פון זייערע מוסדות. נישט די רעגירונג, נאר די עלטערן, זאלן מאכן דעם אויסוואל וואס דער סדר הלימוד זאל זיין. ווי ר' גדלי' האט עס אנגערופן מיט'ן אפיציעלן לאזונג "פערענטל טשויס אף קאריקולעם". מיר ווילן לעבן ווי אידן אין אמעריקא, דער פאקט ווייזט אז אן קיין רעגירונג אריינמישונג האט אונז דא גארנישט געפעלט (ב"ה), אונזער קאפ שארפט זיך אויס מיט 'תלמוד', אונזערע אינגעלייט זענען מצליח אין מסחר, אונזער קאמיונעטי פארמאגט יעדע סארט סערוויס וואס פעלט זיך אויס פארן ציבור סיי פאר רעליגיע און סיי פאר ביזנעס, אונז האמיר א כשר'ע און געזונטע עקאנאמיע וואס מ'דארף בלויז צוהעלפן גיין אזוי ווייטער, נישט פרובירן צו שטערן. דא איז געווארן אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויסצוברענגען, אז מיר ארטאדאקסישע אידן דאהי האבן גארנישט מיט די סטעיט אף איזראעל. "אידישקייט איז טויזנטער יאר אלט, און איזראעל איז קוים 75 יאר" האט דער רבי געזאגט. אונזער אינטערעסע איז נישט איזראעלי פאליטיק, נאר דוקא די פרידן און וואוילזיין פון אלע אידן, און פון אונזער וואוינארט, אמעריקא. מיר קוקן מיט גרויס זארג וויאזוי מדינת ישראל, מיט איר סעקולער גאווערמענט און סעקולער קאורט סיסטעם טוט רודפ'ן ארטאדאקסישע אידן, און מיר בעטן אז טראמפ זאל טון השתדלות אז עס זאל זיין פולע טעלעראנץ פאר חרדי'שע אידן אינערהאלב די פרייע מדינת ישראל. יעצט איז דא אקטיווע גזירות אויף רעליגיעזע אידן אין איזראעל, און דער מציאות איז אז "ארטאדאקסטישע אידן אין אמעריקא האבן מער רעכטן ווי ארטאדאקסישע אידן אין אר"י" ווי דער רבי האט ערווענט, און מיר ווילן זען א טויש. * די קלארע און ריינע ווערטער זענען ב"ה געווארן אויפגענומען מיט אן אויסטערלישער פארשטענדעניש, און דאן איז מען אריבער ארומצורעדן איבער נאך עטליכע נושאים וועלכע זענען וויכטיג פאר'ן ציבור דא אין אמעריקא, ספעציעל ניו יארק און ניו דזשערסי. מען האט ארומגערעדט בכלליות איבער דעם מאסיוון וואוקס פונעם הייליגן שטאט "קרית יואל", ארויסברענגענדיג אז זייענדיג אין די ריעל עסטעיט ליין ווייסט די טראמפ משפחה וואס דאס מיינט, אז א פלאץ וואו ס'איז 50 יאר צוריק געווען א מדבר שממה, איז היינט פארהאן א שטאט פון ארום 8,000 משפחות, באלד 50,000 נפשות בליעה"ר, און איבער 20,000 תשב"ר, בלי עין הרע. כהיום קומט צו פון נאטורליכע וואוקס אזויפיל ווי 500 נייע משפחות יעדעס יאר בליעה"ר, ציפערן וועלכע האבן אויסטערליש עושה רושם געווען זעענדיג אז מען רעדט דא פון א בליענדע וואוקס וועלכע ווערט אזוי שיין באגלייט און פאדערט אודאי אזויפיל.
עס איז געווארן א שמועס איבער די כוחות וואס מען לייגט דא אריין אז ס'זאל זיין אפארדעבל האוזינג, און עס איז געווארן אויפגעברענגט א נייער רעיון איבער "קאלעדזש סעקשאן 8". דהיינו, אז היות ביי אונזער ציבור האט מען שוין חתונה ב"ה פון די 18 יאר און ווייטער, נאך זייענדיג אינמיטן די קאלעדזש יארן, וואס באדייט אז עס זענען דא טויזנטער אינגעלייט וועלכע זענען פאקטיש אין די קאלעדזש יארגאנג אבער באקומען נישט קיין 'דארמיטארי' נאר צאלן רענט פאר א דירה, וואלט געווען פאסיג זיי זאלן כאטש באקומען עפעס א סארט דין קדימה, אדער א ספעציעלע סארט, פון די סעקשאן 8 פראגראם זיי צו העלפן אויסצאלן זייער דאך איבער'ן קאפ. דערנאך איז געווארן ארומגערעדט איבער די כשר'ע שחיטה, און דער רבי האט ספעציעל געבעטן מען זאל טון השתדלות מבטל צו זיין א געוויסע שווערע רעגולאציע וועלכע הויערט אז די זאלץ וואס מען נוצט צו זאלצן די פלייש זאל מוזן ווערן דעזאלווד בעפאר'ן אריינגיין אינעם דרעינידזש און סוער, עפעס וואס קען טריפלען די פרייזן פאר כשר פלייש אין אמעריקא. מען האט אויך ארומגערעדט איבער די אלגעמיינע חלל אין קשר צווישן וואשינגטאן און די חרדי'שע אידן, זינט זייער אסאך מאל קומט אויס אז די ווייסע הויז שטעלט אלס אידישע ליעיזאן אזעלכע וואס פארשטייען בכלל נישט די געברויכן פון די ארטאדאקסישע קאמיונעטי, אפגערעדט פון אזעלכע וואס זענען ענדערשט א ליעיזאן פאר די מדינת ישראל לאביאיסטן. ס'איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער היימישער ארטאדאקסישער ציבור באשטייען פון צענדליגער טויזנטער מענטשן, און עס איז וויכטיג אז וואשינגטאן זאל האלטן מיט אונז א קשר דורך ליעיזאנס וועלכע האבן שייכות מיט אונז, פארשטייען אונזער לעבנסשטייגער און אונזערע געברויכן, און דאס איז נוגע פאר ערליכע תורה-טרייע אידן אין אלע געגנטער באזונדער.
דער מיטינג האט זיך געענדיגט נאך כמעט א גאנצע שעה פון גאר א פארשטענדליכע שמועס, וועלכע האט ווי עס שיינט געווארפן א שטארקע ליכט אויף אונזערע געברויכן און געברענגט שטארקע קלארקייט און אינפארמאציע אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געווען קיינמאל ביז היינט מיט א פרעזידענטליכע אפיס, און עס איז יעדנס האפענונג אז פון רבין'ס מסירת נפש אונטערצונעמען דעם וויכטיגן נסיעה טראץ די פארנומענע זמנים אין וואס מען שטייט, זאל טאקע ארויסגעקומען די געוואונטשענע רעזולטאטן און מען זאל קענען האבן אפענע טויערן בעתיד פאר אלע אונזערע געברויכן בכלל, און די דערמאנטע נושאים בפרט, ועל כולם דער שווערע גזירת החינוך וואס די ניו יארקע עדיוקעישן דעפארטמענט האלט אינמיטן אויספירן מיט א ציל צו צושטערן ח"ו דעם אידישן חינוך אין אמעריקא כמקובל מדור דור, ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר, ובשם ה' נעשה ונצליח. ותטה לב המלכות עלינו לטובה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגי"ד אלול תשפ"ד9/17/2024
באריכט
מאנטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר קלמן אליעזר עג'מי הי"ו. ב"ר יוסף ישראל זעגלבוים הי"ו. ב"ר נתן דוד שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א שע"י מוסדותינו הק' פון וומסב''ג וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן אויפשטיין פארטאגס און נישט רעדן ביים דאווענען, דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע קינדער און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די חשיבות פון זיך מקבל זיין קבלת טובות בעניני תפילה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מלמדים און די קינדער.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30
נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען - ווי שוין ברייט באריכטעט - א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש איבער דעם בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת 'זעקת הגולה', וואו עס זענען אריבערגעקומען די ראשי ישיבות הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש, נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע פארט מארגן אהיים קיין לאנדאן נאכן וויילן פאר די פארגאנגענע זומער וואכן אויף אפרוה אין קר"י, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו - הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א. הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו - הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו.