בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ו אלול תשפ"ד9/18/2024

באריכט
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית ארום 7:30 אינדערפרי אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד עהרנטאהל הי"ו.
ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו.
ב"ר מאניש שפילמאן הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט א קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ברד"ה מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך שחרית איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן - ווי שוין ברייט באריכטעט - אויפן וועג צום טראמפ טאוער אין מאנהעטן אויף א שתדלנות זיצונג מיטן זוהן און הויכראנגיגע קאמפיין איינגעשטעלטער פונעם געוועזענער פרעזידענט און יעצטיגער פרעזידענט קאנדידאט טראמפ יר''ה.

דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלמה היימאן ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 2:45 איז דער רבי אריבערגעפארן קיין ב"פ.
ביים אנקומען ארום 3:15 איז דער רבי ארויף אין שטוב פון נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די גרענד טערעס זאל צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הנגיד ר' יהודא דוד רובינשטיין הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' בארה"ב ובאה"ק. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א אב"ד וואלקאן און מיט נאך אנדערע אהנוועזענדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור און דער נאך ארויס אין א רקידה מיטן חתן ומחותנים.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל גמר המקח פון בית מדרשינו החדש אויף 58 סט, ווי ער האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין 'ביהמ''ד לב אהרן', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"פ און אין קר"י, דער רבי האט באטראכט די פלענער פונעם ביהמ"ד און איבערגעגעבן א מתנה פאר חתנו ר' ישעי' רעטעק הי"ו מראשי העסקנים פארן ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה אלי' הי"ו ובני משפחתו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:00 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס זענען אריין בפו''פ הונדערטער אנ''ש תושבי בארא פארק, צווישן זיי הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, לקראת הימי הרחמים והרצון ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די באבוב זאל 'אולם הייטנער' ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון הכלה בת הנגיד ר' יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו, און נאך די חופה ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף אליעזר הי"ו און פאר די מחותנים און זיידעס.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת חי' צום מעמד החופה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן חתן, די מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון הרבצת התורה וואס דורך דעם ווערט מקויים די הבטחה פון השי"ת כי לא תשכח מפי זרעו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי אריבערשפאצירט צו די זאלן פון עטרת חי' צו די שמחת החתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, און דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים, און זיידעס, און אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און מיט אלע נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און עקסטער מיט די אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל שליט"א.

ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי לרגל שמחת ארוסי בתו למז"ט.

ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 680