בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ז אלול תשפ"ד9/20/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א בבנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים בנימין קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הב' יוסף ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו און הב' ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו האבן געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין און מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, רמ"י הישיבה ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - דברים פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מסיים געווען די מסכתות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 663