נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א ספעציעלע זיצונג בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע דער לאקאלער קאנגרעסמאן פעט רייען, און זיין אויבערהאר האקים דזשעפריס, דער דעמאקראטישער מינאריטעט פירער, אינאיינעם מיט העסקן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו ניו יארק אסעמבלימאן, און מיט די ראשי ועסקני עיר קרית יואל יצ"ו. וואו רבי האט קלאר געשטעלט אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך צו אדרעסירן איז דער גזירות החינוך וואס שוועבט אויף אחינו בני ישראל דרי ניו יארק רבתי, און די אלע טובות וואס מיר דארפן איז גארנישט ווערד אויב די גזירת החינוך פארבלייבט אין קראפט היל"ת. און ס'איז ארויסגעברענגט געווארן עטליכע אופנים וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען זיין בייהילפיג, און זיי האבן פארשפראכן צו טוהן אלעס אין זייער מעגליכקייטאויף דעם געביט.
דערנאך האט מען אויסגעשמועסט פילע אנדערע ענינים וואס זענען נוגע פאר אחב''י ובפרט פאר תושבי קרית יואל, די ווייטערדיגע הרחבת הגבולים, ביליגע דירות המכונה "עפארדעבל האוזינג" און רעגירונג הילף אויסצוצאלן די הויכע קאסטן פון רענט, וואס קען זיין בייהילפיג פאר פילע אחב"י, און נאך פארשידענע ענינים.
דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר די פאליטיקאנטן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקע, און באזונדער געוואונטשן פאר ר' שמחה אייכנשטיין ני"ו פאר זיי שטענדיגע גרייטקייט בעולם העסקנות על כל פרט ופרט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע