בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

שבת קודשכ"ח תמוז תשפ"ד8/3/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי ארום 7:00 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

ארום 7:50 איז דער רבי ארויף צום בית החיים בעיר האבות סיגוט, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א אינאיינעם מיט די הונדערטער אנ''ש איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריין אינעם אוהל הק' באימה וביראה וברגש קודש און געצינדן פינף ליכט ביי יעדע פון די ציונים פון מרן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו"ט, העצי חיים זיע''א, און אויך ביים ציון פון הרה"ק רבי משה יוסף אוהעל'ער זצ"ל, בשעת מען זינגט נגוני התעוררות 'מדת הרחמים עלינו התגלגלו' און דער רבי ווארפט זיך מיט שטורמישע בכיות וואס האט געשפאלטן אלע הערצער.
דער רבי איז צוריק צום ציון פונעם ייטב לב, און נאך עטליכע מינוטן האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך מיוסד פון הגה''ק הישמח משה זיע''א מיט בכיות עצומות, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון מיט בכיות א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש.
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זיע''א און דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' א לאנגע צייט. דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם קדושת יו"ט זיע''א געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם עצי חיים זיע''א, ביי אלע דריי ציונים הק' האט דער רבי איבערגענומען קוויטלעך פון די אנ''ש עס געליינט און אראפגעלייגט ביים ציון הק'.
ארום 9:15 האט דער רבי פארלאזט דעם אהל הק' האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק שפאצירט צום שוהל הויף.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א.
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג מטו''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צהלי ורוני יושבת אנטווערפן - ביקור חיזוק בקרב אנ''ש


דאנערשטאג 5:25 פארטאגס אמסטערדאם זייגער (11:25 ניו יארק'ער זייגער) האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אן ענגע צאל ראשי ונכבדי הקהילה וועלכע האבן שלום גענומען, דער רבי איז אראפ צו די באן סטאנציע אינעם לופטפעלד, היות דער פליגער האט געלאנדעט פריער ווי געפלאנט האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויף א זייטיגע באנק און עוסק געווען בלימודו באשמורת הבוקר ביז צום באן אהנקום.

ארום 6:25 איז דער רבי ארויף אויפ'ן שנעל-צוג יוראו-באן ווי דער רבי איז געפארן א וועג פון א קארגע שעה קיין אנטווערפן.

ארום 7:30 איז די באן פון רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם צענטראלען אנטווערפן באן סטאנציע ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הונדערטער תושבי העיר ואנ''ש רבני ודייני קהלתינו הק', און מען איז אריבער שלום נעמען.

דער רבי איז תיכף צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון הרבני החסיד ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו פאר א שטיק צייט ביז צום באשטימטן זמן תפלה.

פאר שחרית איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' חיים יודא ווייס הי"ו.
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם היכל התורה 'היכל ברך משה' ווי עס  איז פארגעקומען א סדר הלימוד קודם התפילה פאר די בחורים תלמידי ישיבתינו הק', דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל קליין שליט"א און דערביי געהערט א קורצע באריכט איבער די ישיבה, דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח און זיך מפלפל געווען אין לערנען בשעשועי אורייתא מיט די בחורים אין מס' פסחים און מס' קידושין.

ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר יעקב פסח הירשלער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה וויזניץ.
בעל תפילה: הב' לייביש ב"ר אנטשיל קאליש הי"ו.

פתיחה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות קר"י. בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב שרייבער הי"ו.
כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יצחק ב"ר חיים לעווי הי"ו (אנטווערפען). שלישי: רבינו שליט"א - דער רבי האט גומל געבענטשט און מוציא געווען די געסט, און דערנאך געמאכט א מי שברך לבת הנולדה למז"ט אצל ר' יודא אלי' ראטה הי"ו.
הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

ארום צען מינוט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים וקבלת פנים, ווי הונדערטער אנ''ש ותושבי העיר, בראשות רבני ודייני העיר, האבן אנטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש און געזאגט לענגערע הדרכה זיך צו פירן ווי דער מייסד הקהילה רביה''ק זיע''א האט פארלאנגט אין אלע עניינים, און דערנאך מאריך געווען בשבח הקהילה, די ביהמ"ד לתורה ולתפילה, די לימוד התורה בטהרה, די רבנים ומרביצי תורה, די מורי הוראה לשרת הציבור בלב ובנפש, די כולל אברכים וואו די אינגעלייט זענען זיך ממית באהלה של תורה, און געוואונטשן גרויס הצלחה, אבער די קרוין פון די קהילה איז די ישיבה, דער רבי גערעדט בשבח הישיבה און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און עלטערן בכל מילי דמיטב.
דערנאך האט דער רבי בקול חנוק מדמעות פארגעזעצט אנוכי בדרך נחני ה', מ'איז געקומען דא אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט אויף שב"ק יומדהל"ק פונעם ריש השלשלת מרן הישמח משה זיע''א, זונטאג גייט מען גיין צום ציון אין אוהעל, און דערנאך קיין צאנז צום ציון פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א, רעדה אחזתני, אז מ'טראכט ווי מ'פארט, השי"ת זאל העלפן מ'זאל מצליח זיין, מ'פארט בשליחות פון אידישע קינדער, אידישע קינדער דארפן ישועות און רפואות אין אסאך ענינים, השי"ת זאל העלפן מ'זאל קענען מתפלל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און פועל'ן פאר אידישע קינדער וואס זיי דארפן, ויושר יליצו בעדינו חיות אש, אלע צדיקים שרפי מעלה, כל אחד כדאי לעצמו, השי"ת זאל העלפן זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל, מ'זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, דער זיידע דער ישמח משה האט דאך אזויפיל מתפלל געווען פאר די גאולה, און אוזיפיל מחכה געווען פאר די גאולה, זאל השי"ת העלפן מ'זאל פועל'ן די גאולה שלימה בביאת גוא"צ בב"א.

דערנאך זענען די תלמידי המוסדות און נכבדי אנ"ש אריבער נעמען שיריים, נאכן מעמד האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו מגדולי עסקני קהילתינו הק', אויף פת שחרית.

ארום 2:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מסיבה לטובת די ישיבה קטנה אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און די נדיבי ותומכי הישיבה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און פאר די הנהלת הישיבה.

ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי אנ''ש תושבי העיר האבן געהאט די געלעגנהייט אריין צו גיין בקודש פנימה מיט א קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבתינו הק', וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת פסחים גפ"ת, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח, און פארטיילט פאר די מצטיינים א געבענטשטע זיידענע גארטל במתנה.

נאך די זמני כניסה ארום 4:45 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום היכל הישיבה קטנה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, בעל תפילה: הב' אליעזר שטערן הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ורמ"י הישיבה און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר די תלמידי הישיבה און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געזאגט אל יפטור אדם מחבירו אלא בדבר הלכה, און האט משמיע געווען א קורצן אבער טיפזיניגן סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים און געבעטן די בחורים מברר צו זיין די סוגיא על בורי'.

דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 5:15 אויפ'ן וועג צום עירפארט אין די דורנע געגנט אין אנטווערפען, ווי דער רבי איז ארויס באגלייט געווארן דורך אנ"ש, בחורי חמד וילדי תשב"ר וועלכע האבן באגלייט דער רבי בשירה וזמרה.

ארום 6:05 נאכמיטאג אין אנטווערפען האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א אויפן וועג צום באניע עירפארט, א וועג פון ארום צוויי מיט א פערטל שעה.

די פליגער האט געלאנדעט אינעם באניא לופטפעלד אין רומעניע ארום 9:15 (ארטיגע זייגער), פון דארט איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום א שעה און פופצן מינוט צום עיר האבות סיגוט יע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

המשך מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל די הילולא קדישא פון ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א

עיר האבות סיגוט


דאנערשטאג ארום 10:45 אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין עיר האבות סיגוט, און תיכף צוגעפארן צום שוהל הויף מקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק' זיע''א און איז אריין אינעם בנין המפואר מיט א רגש קודש.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א און דער אנוועזנדער ציבור געסט פון איבעראל זענען אריבער שלום נעמען.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך אין היכל ביהמ"ד עצי התמרים. בעל תפילה: הרה"ח ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו (לאנדאן). נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

דערנאך איז דער רבי ארויס זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם בנין הכנסת אורחים "בנין לאנדא" וואס ווערט געבויעט לתועלת אלפי אנ''ש, דער רבי האט באטראכט די בוי ארבעט פונעם בנין און געהערט א באריכט פון בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יו"ר השוהל הויף און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש בעטלהעם ניו העמפשער

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הנחת תפילין פונעם רבינ'ס אור אייניקל הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור און דערנאך ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר וואלף בר"מ לאנדא הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זיע''א און פון הרה"ק השאגת ארי' זיע''א וואס איז געווען די יארצייטן.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז תשובה מאהבה בלייבט אויף שטענדיג, תפילין איז א אות אהבה פון הקב"ה צו כלל ישראל און איז משפיע צו זיין אהבה פון כלל ישראל צו הקב"ה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה אז א אייניקל האט אנגעהויבן היינט צו לייגן תפילין און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיגט אז מ'פארט אי"ה קיין אייראפע פוקד זיין די ציונים הקדושים אין סיגוט, איהעל, און צאנז, עס כאפט אן א אימה און פחד צו טראכטן פון ארויפגיין צום ציון פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א און די זעלבע אין סיגוט און איהעל, דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל פארן מיט הצלחה און אהיימקומען מיט הצלחה און אויספויעלן אלעס גוטס 'ויושר יעליצו בעדנו חיות אש".

דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען.

ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש א וועג פון 18 מינוט צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 1:45 אויפן וועג צום באסטאן אינטערנעשענעל לופטפעלד, די פליגער האט געלאנדעט ארום 2:35 און דער רבי איז אריין אין א זייטיגע שטובל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה מיט א ענגע מנין פון עטליכע ראשי הקהלה ומשמשים בקודש, בעל תפילה: הב' יהודא ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

ארום 5:15 האט זיך געהויבן דער פליגער פון באסטאן אויפן וועג קיין אמסטערדאם

בערך 3 שעה נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער, בעל תפילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען בתורה אין מס' בבא קמא א לענגערע צייט, און דערנאך מעיין געווען אין די וואונדערבארע ספרים אוצרות ישמח משה און דרכי ישמח משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

באריכט מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל הילולא קדישא פון ראש הששולתא קדישא הגה''ק הישמח משה זיע''א

מיטוואךכ"ה תמוז תשפ"ד7/31/2024

באריכט
מיטוואך פרשת מטו''מ מיטאג צייט האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ניו העמפשער, און אום 1:30 אנגעקומען אינעם מאונט וואשינגטאן עירפארט, ווי דער רבי האט גענומען א קליינע פליגער וואס האט זיך געהויבן ארום 1:50 קיין באסטאן פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן קיין באסטאן, דער פליגער האט געלאנדעט אין באסטאן אום 2:35.

רבינו שליט"א דאווענט יעצט מנחה אין א פריוואטן צימער אינעם עירפארט, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין די נסיעה אויף שב''ק לעיר האבות סיגוט, און זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך בקרב קהלתינו הק' אין אנטווערפן יצ''ו.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
באריכט
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת מטות-מסעי תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
השיר שהיו הלויים אומרים בראש חודש(ב)
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מאמר מיוחד בענין:
תפילה בקברי צדיקים
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
לרגל נסיעת כ"ק מרן רבינו שליט"א
לפקוד את ציון רבותינו הק' באייראפע.


ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 מטו''מ תשפ''ד חו''ל-112.4 MB
באריכט
דינסטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזענפעלד הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: נכד רבינו הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.

נאך מעריב איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל פון רבינו שליט"א הב' חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה וניגוני הודאה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, און פארן גאנצן ציבור.
עס האבן אויפגעטרעטן דער טאטע הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א און דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל אין די סוגיא פון המוציא תפילין און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לא יחל דברו' דאס גייט ארויף אויף די שבועה וואס מען באשווערט איידער מען קומט אראפ אויף דער וועלט תהי צדיק ואל תהי רשע און דאס איז חל פון די בר מצוה ווען מען ווערט מחיוב במצוות, ארומגערעדט אז כדאי צו קענען לערנען און פארשטיין תורה דארף מען אסאך מתפלל זיין און בעטן 'ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל', און ממשיך געווען בדברי שבח והודאה אז מען האט די זכי' זיך צו קענען משתתף זיין ביי די שמחת הבר מצוה פון א דור רביעי קע"ה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור, נאכן בענטשן איז דער אנוועזענדע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ד תמוז תשפ"ד7/30/2024

באריכט
מאנטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה.
פתיחה: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו (וומסב''ג), בעל קורא: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' משה בר"ש פארקאש הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: ר' משה בר"ש פארקאש הי"ו. גלילה: הב' ב"ר שמואל דוד שטערן הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מקבל זיין הדרכה פון א מאמע, און פארציילט סיפורים פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זיע''א, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע יארצייטן.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' מנחם ברי"מ לאנדא הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ג תמוז תשפ"ד7/29/2024

באריכט
זונטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:55.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. פארן לערנען האט דער רבי אנגעצינדן א נשמה לעכט לרגל די יארצייט פון אמו של מלכות הרבנית הצדיקת פעסיל לאה בת הגה"ק רבי אהרן ע"ה אשת חבר פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב, נאך מעריב האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט זכרונות וסיפורים פון הרבנית הצדיקת ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

די וואך נאכן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב"ק תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל, און א חלק תלמידי סניף ויואל משה.

ערב שבת פאר די מקוה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו גבאי הביהמ"ד, היושב ע"פ אחותיו ע"ה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד.
נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען די פת פאר די עירובי חצרות פונעם עירוב ביים ביהמ"ד.

דערנאך האבן די פאלגענדע תלמידי המתיבתא איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה:
הב' יאיר ב"ר דוד שמואל מערץ הי"ו.
הב' אברהם יואל ב"ר שמעון שטערן הי"ו.
הב' הערש פנחס ב"ר יחזקאל פייוויל שעהר הי"ו.
הב' משה אהרן בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א.
הב' יואל ברוך ב"ר משה כ"ץ הי"ו.
הב' משה הערש ב"ר ברוך שווארץ הי"ו.
הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו.
הב' שמשון זעליג ב"ר יושע פישער הי"ו.
הב' שמשון ב"ר מרדכי וועבערמאן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב''ד צאנז קר"י ומנהל סניף קדושת יואל. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' בנימין חיים מייזליש ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ק"י ור"מ בישיבה, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל סניף ויואל משה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל זמרי בן סלוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעא.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י ור"מ בישיבה, ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו ראש השושלתא מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט שב"ק כ"ח תמוז.

קה רבון עלם: הרה''ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר פון א אייניקל, אז ביום השביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 1:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקר"י ור"מ בישיבה, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל בר"ז ניישטאדט הי"ו (ב"פ), פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה.
בעל קורא: הבה"ח בצלאל ב"ר משה בראך הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א. רביעי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטרעאל) דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. הוספות: הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו. הרה''ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו. הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג). הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל). הר''ר יוסף מאסרי שליט''א משגיח בישיבה. הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' חיים אליעזר בר"ה ווייס הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' עזרא דייטש הי"ו (מאנטרעאל). הרה"ח ר' לוי פארגעס הי"ו (מאנטרעאל). אחרון: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו (קר"י). הגבה: ר' שמעון בארזעסקי הי"ו (קר"י). גלילה: הב' משה שמחה ב"ר פישל ריספלער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה וועלכע געפאלט מאנטאג כ"ג תמוז. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שלמה סעקולא שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
ארום 2:40 איז רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו זמירות ודברי תורה, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה. דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה, ברוך קל עליון: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י ור"מ בישיבה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוות לאו להנות ניתנו.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, און פאר ברכת המזון האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:45. מנחה הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א. הוצאה והכנסה: ר' יעקב יצחק הורוויץ הי"ו. כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' חיים אלעזר בר"מ שווארטץ הי"ו (קר"י) און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: ר' חיים אלעזר בר"מ שווארטץ הי"ו.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און געטייטשט אז מען האט זיך די אויגן איז די תורה הקדושה מאיר עינים און איז מציל פונעם יצר הרע, משא''כ אויב היט מען זיך נישט די אויגן איז נישטא די עצה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטרעאל), קל מסתתר: הרה"ח ר' לוי פארגעס הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה דעם וואך, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ' תמוז תשפ"ד7/26/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ: 8:03.
תפילת מנחה: 8:45.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:35.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:45).
מנחה ושל"ס: 8:45.
זמן מוצש"ק 9:29.

מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פתיחה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, בעל קורא: ר' מאיר פאשקעס הי"ו (וומסב''ג).
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב''ג) און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מנהג פון זאגן פינף קאפיטלעך תהילים נאכן דאווענען.

שפעט נאכמיטאג האט דער רבי טעלעפאניש מיט געהאלטן אן אסיפה מיטן וועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג פארן דירות קריזיס אין קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אנטוויקלונגן אין די לעצטע 3 טאג, אראפצוברענגן די פרייזן פון דירות צו אינטער 300 דאללאר פער סקווער פוס, און האט שטארק הנאה געהאט צו הערן איבער די פארהאנדלונגן מיט די דעוועלאפערס וואס האבן שוין געחתמ'ט אראפצוברענגן זייערע פראיעקטן צו דעם פרייז, דער רבי האט זיי געגעבן הוראות וויזוי ווייטער ממשיך צו זיין, און אויסגעדרוקט זיין האפענונג, אז די עקזעסטירענדע דעוועלאפערס וועלכע האלטן שוין אינמיטן זייערע בוי פראיעקטן זאלן אויך נאכקומען צו דעם פרייז און זיך פולקאם צושטעלן לטובת הציבור, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן די געסט שלום גענומען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלהעם ניו העמפשער

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווא.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע נעמען פון מטבעות בקורות הדורות.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נוסח און די מקור פון די לשם יחוד לפני הנחת תפילין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ח תמוז תשפ"ד7/24/2024

באריכט
דינסטאג פנחס שבעה עשר בתמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40. בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פתיחה: הרה"ח ר' ראובן יודא שימאן הי"ו (וומסב''ג), בעל קורא: ר' יוסף סימאן הי"ו (קר"י).
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (ב"פ). גלילה: הילד ב"ר ראובן יודא שימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה א ארום 8:45, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל און מיט הגה"צ רבי יוסף מענדל פאנעט שליט"א אדמו"ר מדעעש מיאמי /ב"פ.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. פתיחה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. כהן: הרה"ח ר' נפתלי צבי לאנדא הי"ו (קרית טאהש). לוי: ר' מרדכי דוב בהרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (וומסב''ג). שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: האדמו"ר מדעעש שליט"א. גלילה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 9:35 האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יארצייט פון הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווא וואס די יארצייט געפאלט היינט אויפדערנאכט י"ח תמוז, און איבער זיין ספר 'תולדות אדם' וואס רבינו שליט"א האט איבערגעדריקט און באקומען א שיינע הסכמה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יונה ווייס הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא מציעא פרק המפקיד דף לו: אין די סוגיא פון 'שומר שמסר לשומר' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.

ארום 1:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און דערביי איז דער אנוועזנדער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ביהמ"ד טאלטשאווא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הגה"צ רבי העניך מרדכי מייזליש שליט"א אב"ד טאלטשאווע היושב ע"פ אחיו הרה"צ רבי מיכאל שלמה דוב מייזליש ז"ל רב דקהל חברה ש"ס לאנדאן.

פון דארט איז דער רבי געפארן צום סטוארט לופטפעלד וואו דער רבי'ס פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:30 לעיר הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.
ארום 3:20 האט די פליגער געלאנדעט אינעם מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר,
וואו עס האבן אפגעווארט און שלום גענומען הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו גבאי הביהמ"ד מיט נאך עטליכע עסקנים. און דער רבי איז תיכף צוגעפארן א וועג פון אינטער צוואנציג מינוט לביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 9:00, בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ארום 9:40 האט מען געדאווענט מעריב. נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחיאל יאיר ניימאן הי"ו.
ב"ר חיים צבי ב"ר אהרן יוסף ווייס הי"ו.
ב"ר יושע גאנז הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל סאמעט הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא פונעם אור החיים הקדוש זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען סיפורי קודש א לענגערע צייט.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש מיט'ן וועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן לעזונגען פאר די טייערע דירות פראבלעמען אין קר"י, די אסיפה איז פארגעקומען נאך העפטיגע באראטונגען און אסיפות ווי די געטרייע חברי הוועד האבן מטכס עצה געוועהן איבער פילצאליגע אפציעס אויפצוקומען מיט פארשידענע מהלכים צו אראפצוברענגן די פרייזן פון דירות אין קרית יואל, ווי עס איז זענען אנוועזנד געווען די חברי הוועד ה"ה הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו, הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
אזוי אויך איז אנוועזנד געווען דער ווילידזש אדמיניסטראטער הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, און העסקן הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט די עסקנים א לענגערע צייט אלע פראבלעמען אין וואס זיי שטויסן זיך אהן אין זייער מיסיע, און דערביי האבן זיי פארגעלייגט אלע אפציעס און לעזונגען מיט פאקטישע פארשריט אין די נושא פון פארהאנדלן מיט די דיוועלאפערס צו האלט די פרייזן סטאביל, דער רבי האט זיי ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

אינמיטן די אסיפה האט מען מפסיק געווען אויף א באשטימטן זייגער, און רבינו שליט"א האט משמיע געווען דורך א הוק-אפ פאר תלמידי ישיבתינו הק' אין בני ברק, א דבר שמעתתא אין די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' וואס זיי לערנען יעצט, און מסיים געווען מיט קורצע דברי הדרכה און ברכת קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל בראך הי"ו, באולם כינור דוד.

ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פונעם 27'טען ביהמ''ד דק''ק קרית יואל יצ''ו ביהמ"ד החדש 'אמרי נועם' אויף די דזשיקוב גאס בשכונת דברי יואל, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א פאר הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, פאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו וועלכע האט אסאך ארויסגעהאלפן פארן ביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון געבן די נעמען פון די גאסן נאך שטעט פון די אלטע היים וואס איז מעורר די זכות פון די צדיקים וואס האבן געוואוינט דארט, סיי די נאמען 'דזשיקוב' און סיי די נאמען פונעם ביהמ"ד 'אמרי נועם' וואס איז מעורר די גרויסע צדיקים לבית דזשיקוב, און אזוי אויך די נאמען פון די שכונה 'דברי יואל' לשמו ולזכרו פון רביה"ק זיע''א, וואס וועט אוודאי מעורר זיין אז די מתפללי הביהמ"ד און די תושבי השכונה זאלן זיך פירן ווי עס פאסט בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן דומ"ץ הביהמ"ד וואס מען האט אויפגענומען הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א וואס שמו הולך לפניו בהוראה וכו' און געוואונטשן הצלחה בכל ענינים ושלא יצא שום מכשול מתחת ידיו, און מסיים געווען בברכת קדשו.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א און דער רבי האט ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פון הרה''ק האמרי נועם מדזיקוב זיע''א. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:05 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו - הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א (ב"פ).
הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי הי"ו - הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א זיך געזעגענען לקראת דער רבי'נס אפרייזן לעיר הנופש אין ניו העמפשיר, און דערביי האט דער דיין שליט"א געגעבן א קוויטל און זיך מזכיר געווען, און געבעטן דער רבי זאל אים אינזין האבן ביים נסיעה לעיר האבות סיגוט אין ביים ציון פונן הגה''ק הישמח משה זיע''א ביומא דהילולא קדישא.

אזוי אויך זענען מערערע נכבדים מראשי הקהלה אריין בקו"פ, איבערגעבן א קוויטל וואס דער רבי זאל מיטנעמען על ציון קדשם פון רבותינו הק' בעיר סיגוט איהעל צאנז, להפקד בדבר ישועה ורחמים.

אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שמחת החתונה פון הכלה בת הרה"צ ר' ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י עב"ג החתן בן הרה"צ ר' יצחק דוד טווערסקי שליט"א אדמו"ר מטריסק טאלנע בן האדמו"ר מטריסק לאנדאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער סיפורים פון די צדיקים לבית טריסק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די מחותנים און זיידעס שליט''א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ו תמוז תשפ"ד7/21/2024

באריכט
שב''ק פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה ווייס הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו (שיכון סקווירא).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודל שווארטץ הי"ו (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויגר מואב מאוד כי רב הוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.

קה אכסוף: הר"ר יחזקאל לאנדא שליט"א (לאנדאן), ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זיע''א מטאלטשאווע וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"ח תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם נייפעלד הי"ו (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליטא.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב זלמן האללענדער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יהושע ווייס הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: החתן משה ב"ר יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר אברהם צבי דאסקאלאוויטש הי"ו. שלישי: החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו. רביעי: החתן הערשל בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א. חמישי: החתן ב"ר יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמשון צבי פאגעל הי"ו.
ר' יושע אליעזר ווייסמאן הי"ו.
ר' מאיר כ"ץ הי"ו.
ר' אליעזר בנימין אבעלעס הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו. אחרון: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' חיים אלי ראטה הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55. מנחה: ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל שווארטץ הי"ו (לאנדאן). כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' אברהם צבי דאסקאלאוויטש הי"ו (ב"פ). שלישי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג). הגבה; רבינו שליט''א. גלילה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב' און געטייטשט אז דורך די כח הקדושה פון די תורה הקדושה קען מען אלץ ארויסגיין פון די נ' שערי טומאה, און מען קען מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג, ובכן אבא אל המלך וואס איז די ע''ב יום פון שבעה עשר בתמוז ביז ראש השנה, מען זאל מאכן א אמת'ע התבננות הנפש די טעג זאלן האבן די ריכטיגע משמעות די ריכטיגע הכנה און די ריכטיגע הרהורי תשובה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט ארויסבאגלייט מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן די וואך קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה דשיכון סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך 2:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צו די נייע לאקאציע פון די 'טינא' (דרייוו גודס) קליידער געשעפט אויף קארלסבורג אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו וואס איז געעפענט געווארן צו פארקויפן די נייע צניעות'דיגע קליידער ספעציעל געאייגנט פאר די תלמידי בית רחל פארן קומענדיגן סעזאן, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם געשעפט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן בעה"ב און פאר אלע מיטארבעטער און פאר די הנהלת המוסדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ג תמוז תשפ"ד7/19/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף אהבת התורה שע"י מוסדותינו הק' בוומסב"ג, בהנהלת הרה''ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ב"ר זכרי' ראטה הי"ו.
ב"ר אברהם בנימין זאב שפיטצער הי"ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בחדר הפרטי תלמידי שיעור א' אינאיינעם מיטן מגי''ש נכד רבינו הרה''ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות וואס מען האט געלערנט אין די ישיבה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור, בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז די בחור'ישע יארן זענען די עיקר יארן פון די לעבן און מען דארף זען צו קונה זיין א 'אהבת התורה', און ארומגערעדט דברי הדרכה, זאגענדיג אז ער הערט צוריק הערליכע גריסן פון די ישיבה, און האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן במדבר פאר אלע תלמידי הישיבה, און דערנאך אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש איז אריין הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב''ג וועלכע איז נארוואס צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין ארה"ק בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים און בני ברק, און האט איבערגעגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט ביים בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק ווי מען האט די פארלאפענע וואך אנגעהויבן די פאקטישע גראב ארבעט אויפן שטח, און איבער דעם גמר הבנין פונעם בנין המפואר בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל שע"י מוסדותינו אין בני ברק וואס שטייט שוין ביים גמר הבנוי', דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף פארשידענע פרטים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' לייבוש פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ל עפשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נתנאל ליבערמאן שליט"א מבעסערמין ע"פ אחיו ע"ה.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ תלמידים פון ישיבת בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר צבי בוים שליט"א, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקו''פ אינאיינעם מיט הנהלת החברה קדישא דקהלתינו הק' ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות און ענינים אויף וואס דער רבי האט געגעבן הוראת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת ק''ק קרית יואל אינאיינעם מיט די עסקנים פון די 27'סטע ביהמ''ד החדש אין קרית יואל אויף די דזשיקוב גאס בשכונת דברי יואל, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל פתיחת שערי ביהמ''ד דעם שב''ק, דער רבי האט געהערט א באריכט און דאן קורא שם געווען פארן ביהמ''ד 'ביהמ''ד אמרי נועם', און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר זוסיא רייז הי"ו.
הרה"ח ר' מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
ב"ר ברוך גרויז הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יעקב ברא"מ לאנדא הי"ו, בבית הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אפרים הערש פארקאש הי"ו, בבית אביו הרה"ח ר' חיים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו - הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' שמואל מאיר האלצער הי"ו - הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו, באולם גינת קליין.

ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה נישט פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו - הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.
הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו - הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני וועד קרן הבנין פונעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' אין מאנטשעסטער, וועלכע האבן זיך געפונען דאהי אויף 2 טאג, דער רבי האט געהערט א באריכט און איבערגעקוקט די פארשריט פון די בוי ארבעט און איבער די ווייטערדיגע פלענער און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה מיט די רבני 'וועד לטהרינו' שע"י קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ה"ה
הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א, הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים לעניני טעכנעלאגיע, מען איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים בעניני טעכנעלאגיע, און מאציל געווען מברכת קדשו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"א תמוז תשפ"ד7/17/2024

באריכט
דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול גרשון ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם שמחה ניסן פריעדמאן ע"ה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי' תמוז תשפ"ד7/16/2024

באריכט
מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר אלעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו - הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג רבי ברוך אבערלענדער שליט"א אב"ד הבד"צ דקהילות החרדים דבודאפעסט, ווי ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בעניני הלכה איבער שחיטה און מקואות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה אריבער 100 בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון חבורת 'בחרתנו' פון מאנסי, און חבורת 'להעלות' פון קר"י און וומסב''ג פאר בחורי קהלתינו הק', דער רבי האט געהערט א באריכט פון רבני קהלתינו הק' במאנסי איבער די פילע פעולות פון די חבורה וואס גייט שוין אן עטליכע יאר מיט א שטארקע הצלחה, און דערביי אויסגעשמועסט די נחיצות פון לערנען ספרי חסידות און מוסר און איבער אריינגעבן א געשמאק אין אידישקייט פאר בחורים דורך לימוד התורה, און דער רבי האט געגעבן הוראות און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים און נקודות פאר די חבורה אין קר"י וועלכע וועט זיך פארברייטערן אין אלע בתי מדרשים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן פרידריך הי"ו.
ב"ר חיים אלעזר העללער הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדו למז"ט הב' בן בנו הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד יראי השם אין שכונת ברוך טעם, וואס איז פארגעקומען אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון מצות תפילין, איטר יד וכו', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו הרה"ג רב דביהמ"ד יראי השם שליט"א, און פארן בר מצוה בחור ני"ו.

ארום 1:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידים בליעה''ר, אין די 21 כיתות פון כתה א' כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה, און פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגער'ל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות המעמד, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אן אסיפה מיט הנהלת קהלתינו הק' פון מאנטרעאל אינאיינעם מיט הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ דקהלתינו מאנטרעאל, איבער די ענדגילטיגע פלענער פון התחדשות המוסדות אין מאנטרעאל וואס וועט געעפענט ווערן אויפן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט, דער רבי איז איבערגעגאנגען אלע פרטים און געגעבן הדרכות פאר די הנהלה און מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו - הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל אויף גאנץ הלכות שבת. ה"ה.
הבה"ח ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א.
הבה"ח אלימלך בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א.
הבה"ח יעקב קאפל יוסף ב"ר יואל פריעדריך הי"ו.
הבה"ח שמעון ישראל ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
הבה"ח געציל ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו.
הבה"ח נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
הב' מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"י ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגח' תמוז תשפ"ד7/14/2024

באריכט
שב''ק פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן מרדכי חנה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
החתן משה ב"ר יחזקאל כ"ץ הי"ו.
החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א אבד"ק ויצב משה פאטא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. עס איז פארגעקומען א אפיעל פארן כולל ויואל משה דקהלתינו הק' בירושלים עיה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ח ר' חיים ישעי' ווייס הי"ו (לעיקוואד), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (מאנטשעסטער).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל פרענקל הי"ו (לאנדאן), ברכת המזון: הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט צום ערשט א מעשה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א בשייכות צו די פרשת השבוע, און דערנאך פון הרה"ק העטרת צבי מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"א תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף לייפער שליט"א מבארדיטשוב נדבורנא.

עליות. כהן: הרה"ח ר' שמואל בנימין לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו. שלישי: החתן זלמן לייב ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן הערשל בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו.
ר' חיים גדלי' שפיטצער הי"ו.
ר' אלי' דוד כ"ץ הי"ו.
ר' יודא הערש ווייזער הי"ו.
ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
ר' שלמה יעקב שפיטצער הי"ו.
ר' אליעזר טויב הי"ו.
ר' יושע בר"א שווארטץ הי"ו.

שביעי: החתן מרדכי חנה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן בן הרה"ג ר' נתנאל מנחם דייטש שליט"א. החתן יחיאל יעקב ב"ר שמואל לייב פריעד הי"ו. החתן יושע בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א. החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו. אחרון: הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג), פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו. כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ). לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א אב"ד באלטימאר וומסב''ג. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון' און געטייטשט אז עס איז דא א בחירה חפשית פון א מענטש אבער נאר מיט די כח פון די תורה, אז מען איז עוסק בתורה קען מען מנצח זיין די יצר הרע ווי שטארק עס זאל נאר נישט זיין.

ידיד נפש: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. נאך הבדלה און דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
נאך הבדלה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבת שער התלמוד פון לעיקוואד, און א קבוצה תלמידי ישיבת יסודי התורה פון לעיקוואד וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג