בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט' תמוז תשפ"ד7/15/2024

באריכט
מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר אלעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו - הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג רבי ברוך אבערלענדער שליט"א אב"ד הבד"צ דקהילות החרדים דבודאפעסט, ווי ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בעניני הלכה איבער שחיטה און מקואות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה אריבער 100 בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון חבורת 'בחרתנו' פון מאנסי, און חבורת 'להעלות' פון קר"י און וומסב''ג פאר בחורי קהלתינו הק', דער רבי האט געהערט א באריכט פון רבני קהלתינו הק' במאנסי איבער די פילע פעולות פון די חבורה וואס גייט שוין אן עטליכע יאר מיט א שטארקע הצלחה, און דערביי אויסגעשמועסט די נחיצות פון לערנען ספרי חסידות און מוסר און איבער אריינגעבן א געשמאק אין אידישקייט פאר בחורים דורך לימוד התורה, און דער רבי האט געגעבן הוראות און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים און נקודות פאר די חבורה אין קר"י וועלכע וועט זיך פארברייטערן אין אלע בתי מדרשים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️