בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ו תמוז תשפ"ד8/1/2024

באריכט
דאנערשטאג מטו''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צהלי ורוני יושבת אנטווערפן - ביקור חיזוק בקרב אנ''ש


דאנערשטאג 5:25 פארטאגס אמסטערדאם זייגער (11:25 ניו יארק'ער זייגער) האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אן ענגע צאל ראשי ונכבדי הקהילה וועלכע האבן שלום גענומען, דער רבי איז אראפ צו די באן סטאנציע אינעם לופטפעלד, היות דער פליגער האט געלאנדעט פריער ווי געפלאנט האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויף א זייטיגע באנק און עוסק געווען בלימודו באשמורת הבוקר ביז צום באן אהנקום.

ארום 6:25 איז דער רבי ארויף אויפ'ן שנעל-צוג יוראו-באן ווי דער רבי איז געפארן א וועג פון א קארגע שעה קיין אנטווערפן.

ארום 7:30 איז די באן פון רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם צענטראלען אנטווערפן באן סטאנציע ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הונדערטער תושבי העיר ואנ''ש רבני ודייני קהלתינו הק', און מען איז אריבער שלום נעמען.

דער רבי איז תיכף צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון הרבני החסיד ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו פאר א שטיק צייט ביז צום באשטימטן זמן תפלה.

פאר שחרית איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' חיים יודא ווייס הי"ו.
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם היכל התורה 'היכל ברך משה' ווי עס  איז פארגעקומען א סדר הלימוד קודם התפילה פאר די בחורים תלמידי ישיבתינו הק', דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל קליין שליט"א און דערביי געהערט א קורצע באריכט איבער די ישיבה, דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח און זיך מפלפל געווען אין לערנען בשעשועי אורייתא מיט די בחורים אין מס' פסחים און מס' קידושין.

ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר יעקב פסח הירשלער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה וויזניץ.
בעל תפילה: הב' לייביש ב"ר אנטשיל קאליש הי"ו.

פתיחה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות קר"י. בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב שרייבער הי"ו.
כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יצחק ב"ר חיים לעווי הי"ו (אנטווערפען). שלישי: רבינו שליט"א - דער רבי האט גומל געבענטשט און מוציא געווען די געסט, און דערנאך געמאכט א מי שברך לבת הנולדה למז"ט אצל ר' יודא אלי' ראטה הי"ו.
הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

ארום צען מינוט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים וקבלת פנים, ווי הונדערטער אנ''ש ותושבי העיר, בראשות רבני ודייני העיר, האבן אנטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש און געזאגט לענגערע הדרכה זיך צו פירן ווי דער מייסד הקהילה רביה''ק זיע''א האט פארלאנגט אין אלע עניינים, און דערנאך מאריך געווען בשבח הקהילה, די ביהמ"ד לתורה ולתפילה, די לימוד התורה בטהרה, די רבנים ומרביצי תורה, די מורי הוראה לשרת הציבור בלב ובנפש, די כולל אברכים וואו די אינגעלייט זענען זיך ממית באהלה של תורה, און געוואונטשן גרויס הצלחה, אבער די קרוין פון די קהילה איז די ישיבה, דער רבי גערעדט בשבח הישיבה און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און עלטערן בכל מילי דמיטב.
דערנאך האט דער רבי בקול חנוק מדמעות פארגעזעצט אנוכי בדרך נחני ה', מ'איז געקומען דא אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט אויף שב"ק יומדהל"ק פונעם ריש השלשלת מרן הישמח משה זיע''א, זונטאג גייט מען גיין צום ציון אין אוהעל, און דערנאך קיין צאנז צום ציון פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א, רעדה אחזתני, אז מ'טראכט ווי מ'פארט, השי"ת זאל העלפן מ'זאל מצליח זיין, מ'פארט בשליחות פון אידישע קינדער, אידישע קינדער דארפן ישועות און רפואות אין אסאך ענינים, השי"ת זאל העלפן מ'זאל קענען מתפלל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און פועל'ן פאר אידישע קינדער וואס זיי דארפן, ויושר יליצו בעדינו חיות אש, אלע צדיקים שרפי מעלה, כל אחד כדאי לעצמו, השי"ת זאל העלפן זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל, מ'זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, דער זיידע דער ישמח משה האט דאך אזויפיל מתפלל געווען פאר די גאולה, און אוזיפיל מחכה געווען פאר די גאולה, זאל השי"ת העלפן מ'זאל פועל'ן די גאולה שלימה בביאת גוא"צ בב"א.

דערנאך זענען די תלמידי המוסדות און נכבדי אנ"ש אריבער נעמען שיריים, נאכן מעמד האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו מגדולי עסקני קהילתינו הק', אויף פת שחרית.

ארום 2:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מסיבה לטובת די ישיבה קטנה אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און די נדיבי ותומכי הישיבה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און פאר די הנהלת הישיבה.

ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי אנ''ש תושבי העיר האבן געהאט די געלעגנהייט אריין צו גיין בקודש פנימה מיט א קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבתינו הק', וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת פסחים גפ"ת, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח, און פארטיילט פאר די מצטיינים א געבענטשטע זיידענע גארטל במתנה.

נאך די זמני כניסה ארום 4:45 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום היכל הישיבה קטנה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, בעל תפילה: הב' אליעזר שטערן הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ורמ"י הישיבה און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר די תלמידי הישיבה און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געזאגט אל יפטור אדם מחבירו אלא בדבר הלכה, און האט משמיע געווען א קורצן אבער טיפזיניגן סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים און געבעטן די בחורים מברר צו זיין די סוגיא על בורי'.

דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 5:15 אויפ'ן וועג צום עירפארט אין די דורנע געגנט אין אנטווערפען, ווי דער רבי איז ארויס באגלייט געווארן דורך אנ"ש, בחורי חמד וילדי תשב"ר וועלכע האבן באגלייט דער רבי בשירה וזמרה.

ארום 6:05 נאכמיטאג אין אנטווערפען האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א אויפן וועג צום באניע עירפארט, א וועג פון ארום צוויי מיט א פערטל שעה.

די פליגער האט געלאנדעט אינעם באניא לופטפעלד אין רומעניע ארום 9:15 (ארטיגע זייגער), פון דארט איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום א שעה און פופצן מינוט צום עיר האבות סיגוט יע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

המשך מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל די הילולא קדישא פון ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א

עיר האבות סיגוט


דאנערשטאג ארום 10:45 אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין עיר האבות סיגוט, און תיכף צוגעפארן צום שוהל הויף מקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק' זיע''א און איז אריין אינעם בנין המפואר מיט א רגש קודש.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א און דער אנוועזנדער ציבור געסט פון איבעראל זענען אריבער שלום נעמען.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך אין היכל ביהמ"ד עצי התמרים. בעל תפילה: הרה"ח ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו (לאנדאן). נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

דערנאך איז דער רבי ארויס זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם בנין הכנסת אורחים "בנין לאנדא" וואס ווערט געבויעט לתועלת אלפי אנ''ש, דער רבי האט באטראכט די בוי ארבעט פונעם בנין און געהערט א באריכט פון בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יו"ר השוהל הויף און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️