בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מאנטאגי' אדר א' תשפ"ד2/19/2024

באריכט
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל שלמה שטערן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל הכהן ווייס הי"ו.
ב"ר שמשון שמאיע הי"ו.
ב"ר אליעזר משה זאפיר הי"ו.
ב"ר שמואל סופר הי"ו.
ב"ר מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר לוי יצחק ווייסמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:10, און מעריב ארום 6:50 בביתו נאוה קודש.

ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם בנין פון מבצר הכוללים צום מעמד 'תורה וגדולה' חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם הערליכן היכל גאלדשטיין בבנין מבצר הכוללים, געאייגנט פאר די גרעסערע נדבנים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור ובפרט פארן נדבן הקומה הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בשבח פון די נדבני ומחזיקי התורה ובשבח פונעם מבצר הכוללים פון ווי עס קומען ארויס אזעלכע שיינע פירות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד ארום 7:50.

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען קיין שיכון סקווירא צו די לויה פון הרבנית מסקווירא ע"ה א''ח גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, דערנאך האט דער רבי מלוה געווען די מטה ביז צום בית החיים ווי דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די קבורה, און דערנאך האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און די קינדער אויפן וועג ארויס אין די שורה, פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א מיט די בני המשפחה א לענגערע צייט אויף א פריוואטע פארנעם. ארום 10:35 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פונעם חתן און די מחותנים און איז צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל אהבת ציון זיבענבערגן בארה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: האדמו"ר מאלעסק שליט"א, מנוחה ושמחה: האדמו"ר מליטשיק שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד מאגלעניץ, ברכהמ''ז: דער זיידע גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכה אחריתא: דער מחותן הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ישעי' וויינבערגער הי"ו.

דער בדחן הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ און רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה ברשפי אש קודש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און די מחותנים שליט"א.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).

עליות. כהן: ר' משה ארי' כהן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן ב"ר ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו - באווארפען. שלישי: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. חמישי: נכד רבינו החתן הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה הלל גליק הי"ו.
ר' חיים יחזקאל שפילמאן הי"ו.

שביעי: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל ברכה סימא נאך די באבע הרבנית הצדיקת א''ח הגה''ק העצי חיים זיע''א. הוספות: החתן ב"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו. החתן שמעון ב"ר יואל היילברוין הי"ו. החתן ב"ר אייזיק הערש שפילמאן הי"ו. חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.

מוסף: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. פתיחה לאנעים זמירות: ר' אפרים שמואל פינק הי"ו (ב"פ).

עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכלי הפאליש אין ביהמ''ד הגדול צו די שמחת הקידושא רבה בחצרות קדשנו בת הנולד אצל נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט קידוש געמאכט, ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יוקל שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'וכרוב אחד מקצה מזה' און געטייטשט אז די צוויי כרובים זענען מרמז אויף יראה און אהבה ווען עס ווערט געבוירן א אידיש קינד א זכר איז עס משפיע אהבה און א טאכטער איז עס משפיע יראה, און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:00. מנחה: הר"ר מענדל וואלף טייטלבוים שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א מו"ץ. לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה', און געטייטשט אז כדאי זוכה זיין צו לערנען תורה און פארשטיין תורה דארף מען מקדים זיין תפילה און זיך מפריש זיין פון תאוות עולם הזה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ"ד ווי דער רבי האט מחדש געווען די לבנה, און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך א גוט חודש. מען האט געענדיגט ארום 8:40.

ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות בנש"ק הרב אברהם מערץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל איצקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ערענפעלד ע"ה.
ב"ר חיים שלמה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר שלמה אלי' ווייס הי"ו.
ב"ר חיים משה לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ''י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' אז מען דארף זיין אפגעשיידט פון די גויאישע גאס און נישט נאכגיין זייערע מאדעס און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמואל נתן לאוב הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו - ר' יוסף לייב ברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' רפאל יצחק מאלח הי"ו - ר' דניאל כיבודי הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - ר' יוסף לייב בר"ב קויפמאן הי"ו.
הר''ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - הר"ר יואל יעקב מרדכי טייטלבוים שליט"א.

נאך די זמני כניסה אום 11:20 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון פילמער גארדענס צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שידוכים ביי רבותיה"ק העצי התמרים זיע''א, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן אבי הכלה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכות ראשונות: האדמו"ר מדעעש ב"פ שליט"א, ברכות אמציעות: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י, ברכה אחריתא: רבינו שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די חתן און מחותנים און דערנאך עקסטער מיט די חתן. מען האט געענדיגט ארום 11:55.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א עב''ג החתן בן הרה''ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמעי' פריעדמאן הי"ו.
ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין עטליכע בחורים איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אוועק פארן אויף מנוחת הנפש.

ארום 5:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין חדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 6:00, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און דער בדחן האברך ר' יחזקאל שרגא ברז"ל פילאפף הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און ארויסגעברענגט אז אביו רביה"ק זיע''א פלעגט בענטשן די חתן און די כלה פאר די חופה, און יעצט אז ביידע זענען אייניקלעך פון מר אביו איז זיכער אז ער איז דא און בענטשט די חתן כלה און דעם גאנצן ציבור, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. קריאת הכתיבה: כ''ק אדמו"ר משינאווע שליט"א עלטער פעטער פון די חתן. ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. ברכה אחריתא: הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א רב דקהל חוות דעת א עלטער פעטער פון די כלה.
עדי קידושין: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, און הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דער רבי האט ווארים געוואונטשן פאר האדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל די חתונה פון די ערשטע איר אייניקל וואס איז פארגעקומען בעת דער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.

עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
תיכף נאך מעריב אום 8:30 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:50.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א. ברכות ראשונות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. ברכה אחריתא: הרה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, א עלטער פעטער פונעם חתן.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און דערנאך צוזאמען מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דעם אבי החתן הגה"צ און אבי הכלה שליט''א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער, און עקסטער מיט די קינדער פון הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה זצ"ל.
דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךה' אדר א' תשפ"ד2/14/2024

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' צבי הירש מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א וחתן הגה''צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ''ל דומ''ץ ויואל משה.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר געציל לאדינסקי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס איז אויך אנוועזנד געווען ביים לחיים הרה''ג ר' דוד שאפער שליט"א ראש ישיבת אורייתא בארה"ק און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מצב הישיבות פאר עלטערע בחורים אין ארה"ק.

נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:00 געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בתו הכלה קומענדיגן ג' כי תשא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' אברהם פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר אברהם אלי' פייערשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש פאררופן דורך רבינו שליט''א, מיט די עסקני והנהלת הקרי', און די קרית יואל ווילעדזש איינגעשטעלטע, דן צו זיין וויאזוי מען קען טרעפן רעאליסטישע און לעגאלע לעזונגען צו נידערן די דירות פרייזן.
דער רבי איז איבערגעגאנגען ציפערן פון די שטחים און דירות, יעצטיגע און צוקונפטיגע, פון אין קר"י ווילעדזש און פון דרויסנדיגע געגנטער, און לפי זה אריינגעקוקט אינעם מצב, און מען האט דן געווען א לאנגע צייט אין פרטי פרטים וואו דער געברויך איז די מערסטע אויפן קורצן טערמין, און וואסערע עמערדזשענסי אפציעס מ'קען אויפטרעפן צו לעזן דעם פראבלעם אז אנ''ש וואס בלוטיגן זאלן טרעפן א מנוח לנפשם, א דאך איבערן קאפ אן קיין ים פון חובות, קרית יואל זאל ווידער זיין א וועגווייזער פאר אנדערע דעוועלאפערס און געגענטער וויאזוי צו ברעכן דעם הויעכן מארקעט וואס איז העכער די מענטשליכע לעבנסשטייגער מעגליכקייט.
מען האט דן געווען די אפציעס פאר א שנעלע לעזונג 'אויפ'ן מינוט' צו ברענגען א מאמענטאלע דערלייכטערונג, אין צוגאב צו די פלענער פון עפארדעבל דירות, און אנעקסעישנס, עס זענען ארויפגעקומען עטליכע נייע געדאנקען, און דער רבי האט באשטימט אז ווי נאר די דעטאלן פון די געדאנקען און ציפערן און לעגאליטעטן ווערן קלאר, זאל מען זיך ווידער צוזאמזעצן און שפאנען פאראויס.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
ר' יואל בר''א היילברוין הי"ו - ר' יעקב קליין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שמעון אלעזר ניישטיין הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברג''ש מייער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותניםַ
ר' פישל קויפמאן הי"ו - ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו.
ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו - הר"ר הערשל קאהן שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
במקהלות אלפי ישראל ברנה יתפאר

די שטאט קרית יואל האט מיטגעלעבט מיט דערהויבענע געפילן די לעכטיגע המשכה און פרעכטיגע הרחבת גבולים פונעם כח הרוחני אינעם סאטמאר'ער עיר הקודש ביי פייערליכער מעמד אדיר ונשגב 'קהלא קדישא', ווי די טויזענטער תושבי עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו כל קהלא קדישא הדין האבן אינאיינעם בקול רנה ותודה אפגעגעבן דעם שיר ושבח אפצייכענדיג א פולע 'יובל שנים' פון התייסדות העיר הקודש קר''י וואס איז צעוואקסן און צעבליעט מיט א אויסטערלישע הרמת כח הקדושה.
בתוך קהל ועדה האבן די טויזנטער תושבי העיר וחברי קהלה געפייערט די היסטארישע דערגרייכונג פון חמשים שנות ק"ק קרית יואל, מיסודו של רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א בשנת תשל"ד, וואס ווערט נמשך בגאון ועוז דורכ'ן מרא דאתרא קדישא הדין כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א.

די ריזן 20,000 סקווער פיס היכלי ביהמ"ד הגדול קרית יואל ואגפי' איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די פילע טויזנטער חברי קהלא קדישא הדין, אויך איז די ווייבער שולן געעפנט געווארן מיט פלאץ פאר די הונדערטער בחורי חמד צו מיטהאלטן דעם מעמד.
א רייכע קונטרס 'קהלא קדישא' איז ספעציעל ארויסגעקומען צום מעמד מיט א ברייטע אפהאנדלונג אויף די שטאטישע בליענדע ווערטשאפט.

צו די באשטימטע צייט האט דער יו''ר המעמד הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו געעפענט דעם מעמד, און עס איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע פון די שטאט קרית יואל.
דערנאך איז פארגעקומען א 'פאַנעל' מיט מנהלי מפעלים אינערהאלב די קהלה.
הר''ר יואל וויינבערגער שליט”א - מפעל קביעות עתים.
הרה”ג ר’ בערל מרגליות שליט”א - ועד הרחבת גבולים.
הרה”ג ר’ איתמר מייזליש שליט”א - התאחדות אברכים.
הרה”ח ר’ יעקב אלי’ רייזמאן הי”ו - חתונה תקנות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה”ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט”א מנהל בית הוראה דקרית יואל אלעס איבערן בית הוראה און די וועדי הוראה פון אלע אפטיילונגען.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע האט ארויסגברענגט די אויסגעצייכנטקייט פון די שטאט קר''י אין יעדן הינזיכט בליעה''ר, און די זכי’ צו וואוינען אין אזא מקום וואס טראץ די נישט-גרינגע עבר האט זיך אויפגעבויט אזא הייליגע אימפעריע מיט א מרא דאתרא 40 יאר אין א צי, מיט א געוואלדיגע כח הקדושה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה''ק.

ארום 11:05 איז רבינו שליט''א ערשיינען אין ביהמ''ד, און הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר די פולע עסקני עיר הקודש קר''י ובפרט פאר הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו ראה''ק וראש העיר און פאר הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו, און דערביי ארויסגערופן ר' אברהם אפצונעמען זיין פרס הכרת הטוב, דערנאך האט ר' דוד פרעזענטירט די גיגאנטיש-מאסיווע פלענער פאר מעכטיגער פילשטאקיגער 'בנין אדיר וענק' אויפ'ן ביהמ”ד הגדול און דערביי איז אויסגעטיילט געווארען א קונטרס מיט די ערשטע פלענער פונעם פראיעקט.
דערנאך האט דער מרא דאתרא כ”ק רבינו שליט”א משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכת העיר, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה', און געטייטשט בדרך אגדה אויף עטליכע אופנים, און מאריך געווען בשבח פון די עסקנים ונדבנים בעבר, בהווה, ובעתיד להרחבת גבולי הקדושה בכמות ובאיכות,
און ארויסגעברענגט צו ווערן שותפים אין די צענטראלע קאסע פאר די שטאט וואָס איז ווי די גאלד פאַר די מנורה אין בית המקדש 'והי’ המשכן אחד, יעדער וואס האט א טייל ערהאלט די השפעות קדושות פון ‘אלע חלקים’ פונעם גאַנצן משכן!, ווען איינער איז מנדב פאר קהל, האט ער אַ חלק אין ‘אלעס’ וואס מען טוט אין די גאַנצע פאַרברייטערטע שטאט, יעדער נדבן און עסקן אין סיי וועלכע פעולה להרחבת גבולי הקדושה, האט א חלק אין אלעם, אַלעס איז איין תכלית, הרחבת גבולי הקודשה בקהלא קדישא הדין.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אין מערערע דברים העומדים על הפרק.
קדושת העיר: קרית יואל איז א כלילת יופי ב”ה א עיר מלאה חכמים וסופרים, תלמידי חכמים, בעה"ב, אברכים, בחורי חמד, נשים כשרות וצניעות,  יעדער וואס וואוינט אין שטאט און אין אירע אלע געגענטער, אויב גייט ער אין די דרכים פון רביה''ק מייסד העיר זיע''א וויאזוי ער האט געוואלט, איז דער רבי מגין אויף אים, און פארקערט ח''ו פארקערט, די השפעה פון רביה''ק זיע''א שיינט ארויס פון יעדע ווינקל, צרכי עמך ישראל מרובין, זה בכה וזה בכה אין זכות פון די תורה ותפילה וועט הקב"ה הערן אלע בקשות און ממלא זיין די בקשות לטב ולחיים ולשלם, דערביי האט דער רבי בקול חינוק בדמעות דערמאנט לרפו''ש הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א רבי שלום אליקים געציל בן דבורה חנה לרפו"ש וגמירא בתוך שאר חולי ישראל.
ואבדיל אתכם: ליידער וויל ניו יארק מטמא זיין אונזער חינוך, אונז זאג מיר פאר די רעגירונג אז מיר וועלן נישט מקבל זיין קיין שום הדרכה פון זיי איבער חינוך, און מיר גייען נישט מאכן קיין שום שינויים אין די חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הק' זיע''א, הצילני נא מיד אחי מיד עשיו, סיי פון די רשעים פון יאפעד וואס שטיפן דעם גזירה, און סיי פון פערל’ס וואס נעמט א מהלך פון פשרות.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די דירות אין קרית יואל: מען קוקט ארויס אויף צוקונפטיגע אנעקסעישן פון פרישע שטחים צום ווילעדזש, אין אפאר חדשים קען מען אנהייבן מיט וואודבורי [צו ענדיגן ביז 3 יאר אי”ה], און שפעטער נאך 4 יאר קען מען אנהויבן ארבעטן אויף אנעקסעישן פון מאנרא (סעווען ספרינגס זייט), און עס פאדערט זיך יעצט פעולות פון פאראויס:
1) וויאזוי צו פארזיכערן אז פריוואטע לאנד אייגנטומער זאלן נישט ארויפשרויפן לאנד פרייזן, ווי ס’האט פאסירט מיט די שטחים פון יעצטיגע דעוועלאפמענט’ס אין קרית יואל.
2) אויך פאדערט זיך צו טרעפן א מהלך צו פארמיידן דאס 'פליפן' פאר טייערער, וואס דאס ברענגט דעוועלאפער צו פארקויפן ענדערשט גלייך פאר טייער, וואס דאס קאסט אידיש בלוט, און דערביי האט דער רבי פאררופן אן אסיפה מיט די הנהלת הקרי' און עסקנים, צו טרעפן א מהלך אויך פאר יעצט, צו קענען פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו צו קענען קויפן א דירה, אין צוגאב צום אנגייענדן פלאן וואס דער רבי האט שוין געמאלדן איבער עטליכע הונדערט ביליגע דירות אי”ה.
דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש פאר אלע תושבי העיר, עסקני העיר, און אלע נדבנים, און יעדער וואס האט א חלק אינעם שטאט בכל מילי דמיטב און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דברות קודש האט הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו אויסגעשמועסט די ערשטע פרטים פונעם מאסיוון פראיעקט פונעם בנין הענקי ביהמ''ד הגדול והחדש בקרית יואל, א היכל הביהמ''ד הגדול פון 52 טויזענט סקווער פוס, נאך 2 גאליריען פון 35 טויזענט סק. פיס, א ס''ה פון 16,700 זיצן, עזרת נשים 4,400 זיצן היכל השלחנות פון 22 טויזענט סק פיס. 8 עקסטערע גרויסע דאווען שטיבער אויף די אינטערשטע שטאק, מיט נאך 8 גרויסע פארלערנען שטובער, היכל התורה מיט 1200 זיצן, גרויסע מקוה מיט 475 זיצן, 86 שאוערס, נאך צוויי ריזיגע בורות אזוי גרויס ווי די יעצטיגע 4, צו א ס''ה פון 6 בורות.

מען האט געענדיגט ארום 12:20, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יושע וואלדמאן הי"ו.
ב"ר יושע פרענקל הי"ו.
ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יודא ווייס הי"ו.
ב"ר חיים ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר חיים מנחם מענדל פייערשטיין הי"ו.
ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר וואלף שערצער הי"ו.
ב"ר משה סימאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח', אויך זענען אריין עטליכע בחורים איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בכתה הגדולה בהיכל הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' קלמן יעקב ווייס הי"ו - ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים שמחת התנאים פון החתן נכד האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י, וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בנו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגב' אדר א' תשפ"ד2/11/2024

באריכט
שב''ק פרשת משפטים ר''ח אדר א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר הערשל קאהן שליט''א לטובת דעם מעמד הגדול 'קהלא קדישא' היינט זונטאג אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.
קבלת שבת: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר א תלמוד תורה אין קרית ספר בארה''ק עטה''ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יעקב יודא שטערן שליט''א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א (ביתר).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש על רעהו להרגו בערמה' און געטייטשט בדרך דרוש בענין אז תשובה ניצט נאר ביי א איד און נישט ביי א גוי.

קה אכסוף: הרב יושע גאנץ הי''ו (מאנסי), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג כ"ט שבט.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל הערש פישער שליט"א (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט דערמאנט אז עס איז די יארצייט פון הגה''ק בעל אבן עזרא זיע''א און מכבד געווען הרה''ג ר' וואלף ווייס שליט''א (ב''פ) מיט'ן זמר צמאה נפשי לאלוקים וואס דער אבן עזרא האט מחבר געווען,
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכור ביי ב''ר אלי' גאטליב הי''ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 11:55.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין הי"ו מו''ץ בקהלתינו ב''פ, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף ווייס הי''ו און הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' בעריש ראזענבערג שליט''א (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ישראל אשר לעווי הי"ו. שלישי: החתן ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו - באווארפן. רביעי: הר''ר אלימלך עקשטיין שליט''א - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. חמישי: ר' מאיר לייב ראזענבערג הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' יעקב אליעזר פארגעס הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. אחרון: הרה''ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג). הגבה אויפן ערשטן ספר: הרב יושע גאנץ שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' קלמן יעקב ווייס הי''ו.
מפטיר וקריאת ר''ח: ר' יואל בר''מ הירש הי''ו (וומסב''ג). הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' אליקים האבערמאן הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה''ח ר' מנחם יודא אונגאר הי''ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת ראש חודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט אן עקסטערע קיגל לכבוד שבת ר''ח, און דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען ברכו נפשי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:50. מנחה: ר' אהרן גאלד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו. כהן: הרה"ג ר' יואל ברמ''י מאשקאוויטש הי''ו. לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו (לאנדאן). שלישי: הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א (מאנטרעאל). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און געטייטשט אז שתשים הסנהדרין אצל המזבח ווייל דער מזבח האט משפיע געווען יראת שמים, אבער אין גלות איז נישטא קיין מזבח נאר מיט די כח פון יעקב אבינו וואס איז משפיע יראה עליונה אזוי קען מען נהפך ווערן לאיש אחר דורך תשובה, אבער אז מען געט זיך נאך תאוות פארלירט מען דעם קשר מיט יעקב אבינו דארף מען אין די לעצטע מינוטען פון שובבי''ם זיך אפשיידן פון די איבעריגע תאוות, אזוי וועט מען האבן מיט וואס ארויסצוגיין פון די ימי השובבי''ם.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט''א, קל מסתתר: הרה"ג ר' יחזקאל היילברוין שליט''א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א. דער רבי האט געבענטשט אויפ'ן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי''ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל התורה ווי די עלטערן לערנען מיט די קינדער במסגרת ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום געגאנגן צווישן די טישן אינעם גאנצן היכל און זיך אומגעקוקט ברוב קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג