בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי' אדר א' תשפ"ד2/19/2024

באריכט
שב''ק פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פונעם חתן און די מחותנים און איז צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל אהבת ציון זיבענבערגן בארה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: האדמו"ר מאלעסק שליט"א, מנוחה ושמחה: האדמו"ר מליטשיק שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד מאגלעניץ, ברכהמ''ז: דער זיידע גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכה אחריתא: דער מחותן הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ישעי' וויינבערגער הי"ו.

דער בדחן הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ און רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה ברשפי אש קודש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און די מחותנים שליט"א.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).

עליות. כהן: ר' משה ארי' כהן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן ב"ר ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו - באווארפען. שלישי: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. חמישי: נכד רבינו החתן הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה הלל גליק הי"ו.
ר' חיים יחזקאל שפילמאן הי"ו.

שביעי: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל ברכה סימא נאך די באבע הרבנית הצדיקת א''ח הגה''ק העצי חיים זיע''א. הוספות: החתן ב"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו. החתן שמעון ב"ר יואל היילברוין הי"ו. החתן ב"ר אייזיק הערש שפילמאן הי"ו. חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.

מוסף: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. פתיחה לאנעים זמירות: ר' אפרים שמואל פינק הי"ו (ב"פ).

עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכלי הפאליש אין ביהמ''ד הגדול צו די שמחת הקידושא רבה בחצרות קדשנו בת הנולד אצל נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט קידוש געמאכט, ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יוקל שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'וכרוב אחד מקצה מזה' און געטייטשט אז די צוויי כרובים זענען מרמז אויף יראה און אהבה ווען עס ווערט געבוירן א אידיש קינד א זכר איז עס משפיע אהבה און א טאכטער איז עס משפיע יראה, און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:00. מנחה: הר"ר מענדל וואלף טייטלבוים שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א מו"ץ. לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה', און געטייטשט אז כדאי זוכה זיין צו לערנען תורה און פארשטיין תורה דארף מען מקדים זיין תפילה און זיך מפריש זיין פון תאוות עולם הזה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ"ד ווי דער רבי האט מחדש געווען די לבנה, און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך א גוט חודש. מען האט געענדיגט ארום 8:40.

ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות בנש"ק הרב אברהם מערץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️