בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגד' אדר א' תשפ"ד2/13/2024

באריכט
דינסטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר געציל לאדינסקי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס איז אויך אנוועזנד געווען ביים לחיים הרה''ג ר' דוד שאפער שליט"א ראש ישיבת אורייתא בארה"ק און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מצב הישיבות פאר עלטערע בחורים אין ארה"ק.

נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:00 געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בתו הכלה קומענדיגן ג' כי תשא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️