בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךה' אדר א' תשפ"ד2/14/2024

באריכט
במקהלות אלפי ישראל ברנה יתפאר

די שטאט קרית יואל האט מיטגעלעבט מיט דערהויבענע געפילן די לעכטיגע המשכה און פרעכטיגע הרחבת גבולים פונעם כח הרוחני אינעם סאטמאר'ער עיר הקודש ביי פייערליכער מעמד אדיר ונשגב 'קהלא קדישא', ווי די טויזענטער תושבי עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו כל קהלא קדישא הדין האבן אינאיינעם בקול רנה ותודה אפגעגעבן דעם שיר ושבח אפצייכענדיג א פולע 'יובל שנים' פון התייסדות העיר הקודש קר''י וואס איז צעוואקסן און צעבליעט מיט א אויסטערלישע הרמת כח הקדושה.
בתוך קהל ועדה האבן די טויזנטער תושבי העיר וחברי קהלה געפייערט די היסטארישע דערגרייכונג פון חמשים שנות ק"ק קרית יואל, מיסודו של רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א בשנת תשל"ד, וואס ווערט נמשך בגאון ועוז דורכ'ן מרא דאתרא קדישא הדין כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א.

די ריזן 20,000 סקווער פיס היכלי ביהמ"ד הגדול קרית יואל ואגפי' איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די פילע טויזנטער חברי קהלא קדישא הדין, אויך איז די ווייבער שולן געעפנט געווארן מיט פלאץ פאר די הונדערטער בחורי חמד צו מיטהאלטן דעם מעמד.
א רייכע קונטרס 'קהלא קדישא' איז ספעציעל ארויסגעקומען צום מעמד מיט א ברייטע אפהאנדלונג אויף די שטאטישע בליענדע ווערטשאפט.

צו די באשטימטע צייט האט דער יו''ר המעמד הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו געעפענט דעם מעמד, און עס איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע פון די שטאט קרית יואל.
דערנאך איז פארגעקומען א 'פאַנעל' מיט מנהלי מפעלים אינערהאלב די קהלה.
הר''ר יואל וויינבערגער שליט”א - מפעל קביעות עתים.
הרה”ג ר’ בערל מרגליות שליט”א - ועד הרחבת גבולים.
הרה”ג ר’ איתמר מייזליש שליט”א - התאחדות אברכים.
הרה”ח ר’ יעקב אלי’ רייזמאן הי”ו - חתונה תקנות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה”ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט”א מנהל בית הוראה דקרית יואל אלעס איבערן בית הוראה און די וועדי הוראה פון אלע אפטיילונגען.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע האט ארויסגברענגט די אויסגעצייכנטקייט פון די שטאט קר''י אין יעדן הינזיכט בליעה''ר, און די זכי’ צו וואוינען אין אזא מקום וואס טראץ די נישט-גרינגע עבר האט זיך אויפגעבויט אזא הייליגע אימפעריע מיט א מרא דאתרא 40 יאר אין א צי, מיט א געוואלדיגע כח הקדושה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה''ק.

ארום 11:05 איז רבינו שליט''א ערשיינען אין ביהמ''ד, און הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר די פולע עסקני עיר הקודש קר''י ובפרט פאר הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו ראה''ק וראש העיר און פאר הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו, און דערביי ארויסגערופן ר' אברהם אפצונעמען זיין פרס הכרת הטוב, דערנאך האט ר' דוד פרעזענטירט די גיגאנטיש-מאסיווע פלענער פאר מעכטיגער פילשטאקיגער 'בנין אדיר וענק' אויפ'ן ביהמ”ד הגדול און דערביי איז אויסגעטיילט געווארען א קונטרס מיט די ערשטע פלענער פונעם פראיעקט.
דערנאך האט דער מרא דאתרא כ”ק רבינו שליט”א משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכת העיר, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה', און געטייטשט בדרך אגדה אויף עטליכע אופנים, און מאריך געווען בשבח פון די עסקנים ונדבנים בעבר, בהווה, ובעתיד להרחבת גבולי הקדושה בכמות ובאיכות,
און ארויסגעברענגט צו ווערן שותפים אין די צענטראלע קאסע פאר די שטאט וואָס איז ווי די גאלד פאַר די מנורה אין בית המקדש 'והי’ המשכן אחד, יעדער וואס האט א טייל ערהאלט די השפעות קדושות פון ‘אלע חלקים’ פונעם גאַנצן משכן!, ווען איינער איז מנדב פאר קהל, האט ער אַ חלק אין ‘אלעס’ וואס מען טוט אין די גאַנצע פאַרברייטערטע שטאט, יעדער נדבן און עסקן אין סיי וועלכע פעולה להרחבת גבולי הקדושה, האט א חלק אין אלעם, אַלעס איז איין תכלית, הרחבת גבולי הקודשה בקהלא קדישא הדין.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אין מערערע דברים העומדים על הפרק.
קדושת העיר: קרית יואל איז א כלילת יופי ב”ה א עיר מלאה חכמים וסופרים, תלמידי חכמים, בעה"ב, אברכים, בחורי חמד, נשים כשרות וצניעות,  יעדער וואס וואוינט אין שטאט און אין אירע אלע געגענטער, אויב גייט ער אין די דרכים פון רביה''ק מייסד העיר זיע''א וויאזוי ער האט געוואלט, איז דער רבי מגין אויף אים, און פארקערט ח''ו פארקערט, די השפעה פון רביה''ק זיע''א שיינט ארויס פון יעדע ווינקל, צרכי עמך ישראל מרובין, זה בכה וזה בכה אין זכות פון די תורה ותפילה וועט הקב"ה הערן אלע בקשות און ממלא זיין די בקשות לטב ולחיים ולשלם, דערביי האט דער רבי בקול חינוק בדמעות דערמאנט לרפו''ש הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א רבי שלום אליקים געציל בן דבורה חנה לרפו"ש וגמירא בתוך שאר חולי ישראל.
ואבדיל אתכם: ליידער וויל ניו יארק מטמא זיין אונזער חינוך, אונז זאג מיר פאר די רעגירונג אז מיר וועלן נישט מקבל זיין קיין שום הדרכה פון זיי איבער חינוך, און מיר גייען נישט מאכן קיין שום שינויים אין די חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הק' זיע''א, הצילני נא מיד אחי מיד עשיו, סיי פון די רשעים פון יאפעד וואס שטיפן דעם גזירה, און סיי פון פערל’ס וואס נעמט א מהלך פון פשרות.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די דירות אין קרית יואל: מען קוקט ארויס אויף צוקונפטיגע אנעקסעישן פון פרישע שטחים צום ווילעדזש, אין אפאר חדשים קען מען אנהייבן מיט וואודבורי [צו ענדיגן ביז 3 יאר אי”ה], און שפעטער נאך 4 יאר קען מען אנהויבן ארבעטן אויף אנעקסעישן פון מאנרא (סעווען ספרינגס זייט), און עס פאדערט זיך יעצט פעולות פון פאראויס:
1) וויאזוי צו פארזיכערן אז פריוואטע לאנד אייגנטומער זאלן נישט ארויפשרויפן לאנד פרייזן, ווי ס’האט פאסירט מיט די שטחים פון יעצטיגע דעוועלאפמענט’ס אין קרית יואל.
2) אויך פאדערט זיך צו טרעפן א מהלך צו פארמיידן דאס 'פליפן' פאר טייערער, וואס דאס ברענגט דעוועלאפער צו פארקויפן ענדערשט גלייך פאר טייער, וואס דאס קאסט אידיש בלוט, און דערביי האט דער רבי פאררופן אן אסיפה מיט די הנהלת הקרי' און עסקנים, צו טרעפן א מהלך אויך פאר יעצט, צו קענען פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו צו קענען קויפן א דירה, אין צוגאב צום אנגייענדן פלאן וואס דער רבי האט שוין געמאלדן איבער עטליכע הונדערט ביליגע דירות אי”ה.
דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש פאר אלע תושבי העיר, עסקני העיר, און אלע נדבנים, און יעדער וואס האט א חלק אינעם שטאט בכל מילי דמיטב און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דברות קודש האט הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו אויסגעשמועסט די ערשטע פרטים פונעם מאסיוון פראיעקט פונעם בנין הענקי ביהמ''ד הגדול והחדש בקרית יואל, א היכל הביהמ''ד הגדול פון 52 טויזענט סקווער פוס, נאך 2 גאליריען פון 35 טויזענט סק. פיס, א ס''ה פון 16,700 זיצן, עזרת נשים 4,400 זיצן היכל השלחנות פון 22 טויזענט סק פיס. 8 עקסטערע גרויסע דאווען שטיבער אויף די אינטערשטע שטאק, מיט נאך 8 גרויסע פארלערנען שטובער, היכל התורה מיט 1200 זיצן, גרויסע מקוה מיט 475 זיצן, 86 שאוערס, נאך צוויי ריזיגע בורות אזוי גרויס ווי די יעצטיגע 4, צו א ס''ה פון 6 בורות.

מען האט געענדיגט ארום 12:20, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 591