בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מיטוואךי"ג אלול תשפ"ג8/30/2023

באריכט
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' הלל פאגעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יודא ברי"ש בראך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.

נאכן דאווענען זענען די בחורים אריין בקו"פ בחדרו הפרטי לקראת זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכות קדשו.

פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה, און נאכן שיעור האט זיך דער רבי כדרכו מפלפל געווען בריתחא דאורייתא מיט תלמידיו הנאמנים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:30 נאכמיטאג ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם פראכטפולן בוטשער דקהלתינו הק' ומוסדותי' אויף מורטל עוועניו אין וומסב''ג, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ראשי הקהילה והמוסדות און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער, דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען און דערנאך קובע געווען א מזוזה, און זיך באדאנקט און ווארעם געוואונטשן פאר די עסקנים און הנהלת הקהלה והמוסדות הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו מראה''ק ובריח התיכון פון די געשעפטן, הרה''ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו מנהל המוסדות, און אויסגעלויבט די קענטליכע שווערע האראוואניע פונעם עסקן הרה''ח ר' יואל לאנדא הי''ו.

ארום 11:50 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

דינסטאגי"ב אלול תשפ"ג8/29/2023

באריכט
מאנטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שמעי' שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים ישראל לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין פון די נייע מקוה טהרה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו צו גיסן זייערע בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.

פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:35.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:45 נאכמיטאג ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם עזרא אפעלדארפער הי"ו (ב''פ) - ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שאול גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלמה הערש פישער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו - ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו.
הר''ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ הר"ר יעקב יוסף בן הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א נכד האדמו"ר מסקווירא שליט"א מיט בנו הב' הבר מצוה ני"ו לקבל ברכת הקודש.

בערך אום 10:45 זענען אריין בקו"פ הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק אינאיינעם מיט הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א מו"ץ קהלתינו וומסב"ג, ווי רבינו שליט"א האט אים ממנה געווען אלס דומ"ץ בית המדרש החדש וואס ווערט געבויעט דורך הנהלת קהלתינו הק' אויף די דזשיקוב גאס בשכונת 'דברי יואל' אין קר"י, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו להורות את דבר ה' ולהגדיל תורה ולהאדירה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, און מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יואל רובין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 אזייגער איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין לינדען ניו דזשערזי, צו די חומש סעודה מיט די תלמידי כתה א' במוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען באולם שע"י בנין המפואר של הרבני הנדיב מוה"ר אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב"ג יצ"ו ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען די עלטערן און די זיידעס פון די קינדער.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א רב דקהלתינו הק', און די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש ויקרא כנהוג.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די עלטערע כיתות במוסדותינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 3:00.

נאך די חומש סעודה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך וקביעות מזוזה בבית החדש פון הגה''צ רב דקהלתינו שליט"א, דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הארטמאן הי"ו, דער רבי האט צום ערשט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר האחים הנגידים ר' ישראל ור' שמואל הארטמאן הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו בלינדען יצ"ו.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון בבית האכסניא פאר אנ''ש תושבי לינדען וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.

במשך די זמני כניסה זענען געווען אויף באזוכן בקודש פנימה כ''ק אדמו"ר מקאלאמייע שליט"א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט''א, און כ''ק אדמו''ר מקאסאן שליט''א, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן מיט יעדן פון אדמור"ים שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען די אדמורי''ם מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:45 נאכמיטאג ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יוסף מענדל פרידריך הי"ו - הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א.
הר''ר יחזקאל שרגא שטיין שליט''א - ר' יואל פריינד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 12:20.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו מחשובי תלמידי ישיבתינו הק' שיעור ד'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' אלול תשפ"ג8/27/2023

באריכט
שב''ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט באזוכט ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש הרה"ג ר' משה מאיר בריעף שליט"א אב"ד איבראן.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה''צ ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' לינדען.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל עצי חיים בבני ברק, מען האט געענדיגט ארום 9:45, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה''צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם ניישלאס שליט"א (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא תלבש שעטנז' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל ענגעל הי"ו (בני ברק), ברכהמ''ז: הגה"צ ר' יהודא ניישלאס שליט"א אבד"ק סערדאהעלי בית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי יעקב ישראל מ'טשערקאס זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"ג אלול.

קה רבון עלם: ר' שניאור יודא ענגעל הי"ו (בני ברק), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל יצחק בערקאוויטש הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' דוד גליק שליט"א.

עליות. כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א. לוי: החתן ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו. שלישי: הגה"צ אב"ד סערדאהעלי בית שמש שליט''א. רביעי: הרה"ג ר' משה מאיר בריעף שליט"א אב"ד איבראן. חמישי: הגה''צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל אברהם שווארטץ הי"ו.
ר' בערל ברי''וו שווארטץ הי"ו.
ר' פנחס אהרן קאהן הי"ו.
ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו.
ר' משה ארי' מייזעלס הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו. אחרון: החתן בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל בריעף הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם ניישלאס שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש ברא"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:15. מנחה ר' מענדל קנאפפלער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערש אלימלך גליק הי"ו (מאנטרעאל), כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' ליפא וועכטער הי"ו (לינדען).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי תצא למלחמה על אויביך' און געטייטשט אז דורך טוהן צדקה וחסד איז מען מעורר חסדי ה' יתברך אז וועט מען טוהט תשובה אויף די חטאים איז ער מוחל אויך אויף די חטאים וואס מען טוהט נישט קיין תשובה ווייל מען געדענקט נישט, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לימי הרחמים והסליחות אז צו דעם דארף מען אויסניצן די ימי אלול, עס איז דא אסאך וואס אויפצוטוהן דעם חודש און דעמאלטס איז דער בוכ"ע א חנון ה'מרבה' לסלוח.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' פנחס בריזל הי"ו (ירושלים), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטע וואך און א גוטע חודש'. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' אלול תשפ"ג8/25/2023

באריכט
פרייטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין קליין, אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' חלק ב' בהנהלת הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר הערש אלימלך גליק הי"ו (מאנטרעאל).

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך שמשון בר"א שווארטץ הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מנחם משה שטיין הי"ו.
ב"ר יואל ישראל מנחם וואגשאהל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט א שיעור און געזאגט דערביי דברי הכנה לימי הרחמים והרצון, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק וראש העיר קרית יואל, ע"פ אשתו ע"ה.
אזוי אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:15 נאכמיטאג ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מענדל אפענהיים הי"ו - ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"ל מייזעלס הי"ו - ר' הערש לייב פישער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ליפא שפילמאן הי"ו - הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, און מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגז' אלול תשפ"ג8/24/2023

באריכט
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר חיים לייב שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון עוסק זיין בתורה זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג, און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא וואס איז יעדעם מחייב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון פאר די הונדערטער אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה איז אויך אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט די רבני וועד החינוך דקהלתינו הק', ווי דער רבי איז איבערגעגאנגען די פרישע תקנות וגדרים וואס מען האט באשטימט ביים אסיפה נשים צדקניות פון קהלתינו הק' מיט עטליכע חדשים צוריק, דער רבי האט עס איבערגעקוקט בכובד ראש און דערנאך גע'חתמ'עט די תקנות בחתימת יד קדשו, און געגעבן פאר הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א צו חתמ'נען.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש''ס וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און דערנאך געזאגט דעם קדיש.

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי אהרן בהרש"א טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה במשנתו פונעם בעל הילולא ודברי הכנה לימים נוראים הבעל"ט, און דערנאך ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וואס איז ב"ה פון 'מאנסי דלעילא', און שטייגט בכמות ובאיכות אונטער די הדרכה פונעם חשוב'ן רב שליט"א ואתו עמו חשוב'ע און געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס ארבעטן שווער לרומם קרן הקהילה והמוסדות און בויען בנינים מופארים במסירות נפלאה סיי בתי מדרשים און סיי די בניני המוסדות וואס בויעט זיך מיט א שנעלקייט שלא כדרך הטבע, דערביי האט דער רבי מעורר געווען נישט אוועקצושיקן די בחורים אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט אז צום סוף קומט מען אן אין ארץ ישראל, און אנצוהאלטן די גדרים וסייגים וואס מען האט געמאכט בעניני צניעות נאכן גרויסן אסיפה אין די קהילה פאר אלע נשים צדקניות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

נאכן שלחן הטהור האט דער רבי ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז ארום 12:30 אויפדערנאכט ווען דער רבי האט געדאווענט מעריב. און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךו' אלול תשפ"ג8/23/2023

באריכט
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.

אין די מיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

שטייענדיג בימי הרחמים והרצון איז די זמני כניסה בקודש פנימה שוין געווען פון ארום 4:45 נאכמיטאג ביז אים 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט, ווי הונדערטער אידן זענען אריין בקו"פ להתברך בברכת כוח"ט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 10:15 פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הייטב לב זיע''א.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב"פ צו ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף ניחום אבילים ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א נאך די פטירה פון אביהם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגה' אלול תשפ"ג8/22/2023

באריכט
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.
ב"ר אשר אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר יושע בער סאמעט הי"ו.
ב"ר חיים נחום פישער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א - הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' מענדל מאיר עסטרייכער הי"ו (ב''פ) - ר' יואל משה זילבערשטיין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגד' אלול תשפ"ג8/21/2023

באריכט
מוצש''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 12:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן לע"נ הב' מרדכי דוב פאנעט ע"ה ממציוני תלמידי ישיבת קנין תורה מאנסי, און איז אריינגעגעבן געווארן זונטאג אין ישיבה, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול דומ"ץ קר''י שליט"א און דער זיידע הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריינצושרייבן א אות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים שליט"א און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו, ווי ס'איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף וואס ר' יואל הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם היכל אין בנין מבצר הכוללים בקר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן וואוקס פונעם מבצר הכוללים, און איבער די הרבצת התורה לתלמידים פונעם ייטב לב זיע''א, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זונטאג פרשת כי תצא

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א בבנין קליין.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חנני' הירש הי"ו.
ב"ר אשר אנטשיל הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און די בני המשפחה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15 און נאך מנחה געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה א"ח הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ"ל, בת מרן הגה"ק הייטב לב זצ"ל.

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריבער פארענט פון ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון האשה החשובה אשת הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר קרית יואל יצ"ו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו - ר' ישראל פישער הי"ו.
הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א ביקעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגג' אלול תשפ"ג8/20/2023

באריכט
שב''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א (מאנסי) בן הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פארן מוסד רב טוב עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:55.

דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יושע העשיל שארף שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' נתן פריעדמאן הי"ו (אלעד).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר במשפט' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מתוך.

קה אכסוף: הר"ר אהרן בריעף שליט"א (מאנטרעאל), ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ו' אלול.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: החתן ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו - באווארפען. שלישי: הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א, רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל חוה נאך די באבע הרבנית מאלעסק ע"ה. חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם חיים טעללער הי"ו.
ר' חיים ברש"ד גאנדל הי"ו (וומסב''ג).
ר' אשר ארי' ווידער הי"ו.
ר' חיים אהרן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

שביעי: החתן ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו - באווארפען. הוספה: החתן בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א - באווארפען. אחרון: החתן ב"ר ברוך מאיר בראדער הי"ו. מפטיר: הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.

צו תפילת מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אהרן בריעף שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכלי הפאליש צום שמחת הקידושא רבא בחצרות קדשינו, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב מאיר יודא שליט"א, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'שמחתי באומרים לי בית ה' נלך' און געטייטשט אז ווען עס ווערט געבוירן א אידישע טאכטער איז דא א עקסטערע שמחה וואס זיי האבן א בינה יתירה וואס האט גורם געווען זיי זאלן נישט נכשל ווערן אין די חטא העגל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען 8:20. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' יואל ברמ"א פריינד הי"ו (ב"ב), כהן: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שמואל אליעזר ראטה הי"ו (ב"פ), שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' מענדל אפענהיים הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף' און געטייטשט אז אפילו מען פארלירט ח''ו דעם צלם אלוקים דורך חטאים, דורך צדקה קען מען עס צוריק באקומען אויפן פנים ובצירוף תפילה ווערט נתקבל די תשובה לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות לחודש אלול.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

צו תפילת מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א.

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג