בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב אלול תשפ"ג8/29/2023

באריכט
מאנטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שמעי' שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים ישראל לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין פון די נייע מקוה טהרה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו צו גיסן זייערע בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.

פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:35.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:45 נאכמיטאג ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם עזרא אפעלדארפער הי"ו (ב''פ) - ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שאול גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלמה הערש פישער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו - ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו.
הר''ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ הר"ר יעקב יוסף בן הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א נכד האדמו"ר מסקווירא שליט"א מיט בנו הב' הבר מצוה ני"ו לקבל ברכת הקודש.

בערך אום 10:45 זענען אריין בקו"פ הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק אינאיינעם מיט הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א מו"ץ קהלתינו וומסב"ג, ווי רבינו שליט"א האט אים ממנה געווען אלס דומ"ץ בית המדרש החדש וואס ווערט געבויעט דורך הנהלת קהלתינו הק' אויף די דזשיקוב גאס בשכונת 'דברי יואל' אין קר"י, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו להורות את דבר ה' ולהגדיל תורה ולהאדירה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, און מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️