בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךו' אלול תשפ"ג8/23/2023

באריכט
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.

אין די מיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

שטייענדיג בימי הרחמים והרצון איז די זמני כניסה בקודש פנימה שוין געווען פון ארום 4:45 נאכמיטאג ביז אים 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט, ווי הונדערטער אידן זענען אריין בקו"פ להתברך בברכת כוח"ט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 10:15 פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הייטב לב זיע''א.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב"פ צו ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף ניחום אבילים ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א נאך די פטירה פון אביהם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 651