בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגז' אלול תשפ"ג8/24/2023

באריכט
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר חיים לייב שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון עוסק זיין בתורה זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג, און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא וואס איז יעדעם מחייב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון פאר די הונדערטער אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה איז אויך אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט די רבני וועד החינוך דקהלתינו הק', ווי דער רבי איז איבערגעגאנגען די פרישע תקנות וגדרים וואס מען האט באשטימט ביים אסיפה נשים צדקניות פון קהלתינו הק' מיט עטליכע חדשים צוריק, דער רבי האט עס איבערגעקוקט בכובד ראש און דערנאך גע'חתמ'עט די תקנות בחתימת יד קדשו, און געגעבן פאר הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א צו חתמ'נען.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש''ס וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און דערנאך געזאגט דעם קדיש.

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי אהרן בהרש"א טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה במשנתו פונעם בעל הילולא ודברי הכנה לימים נוראים הבעל"ט, און דערנאך ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וואס איז ב"ה פון 'מאנסי דלעילא', און שטייגט בכמות ובאיכות אונטער די הדרכה פונעם חשוב'ן רב שליט"א ואתו עמו חשוב'ע און געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס ארבעטן שווער לרומם קרן הקהילה והמוסדות און בויען בנינים מופארים במסירות נפלאה סיי בתי מדרשים און סיי די בניני המוסדות וואס בויעט זיך מיט א שנעלקייט שלא כדרך הטבע, דערביי האט דער רבי מעורר געווען נישט אוועקצושיקן די בחורים אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט אז צום סוף קומט מען אן אין ארץ ישראל, און אנצוהאלטן די גדרים וסייגים וואס מען האט געמאכט בעניני צניעות נאכן גרויסן אסיפה אין די קהילה פאר אלע נשים צדקניות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

נאכן שלחן הטהור האט דער רבי ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז ארום 12:30 אויפדערנאכט ווען דער רבי האט געדאווענט מעריב. און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️