היסטארישע מסיבת לחיים בבית כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל, לכבודו פון הנדיב הנכבד הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל יצ"ו, וואס האט מנדב געווען דעם אסטראנאמישן סכום פון צעהן מיליאון דאללאר לטהרתן של ישראל, פאר'ן נייעם בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.
בהחלטת מרא דאתרא קדישא כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, וועט די נייע גאס, ווי די פארגרעסטע חלק פונעם בנין המקוה ווערט געבויעט, גערופן ווערן על שם הנדבן 'הערשי פריעדמאן דרייוו' לכבודו ולזכותו.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
מאנטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יהושע שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה בערנאטה הי"ו, אין ביהמ"ד בית שלום, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכמיטאג ארום 3:30 איז דער רבי ארויפגעגאנגן אין די ישיבה, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,000 תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, נאך די דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, האט דער רבי מעורר געווען איבער די תקנות הישיבה ובדברים הצריכים חיזוק אין אלע ענינים, תורה, תפילה, חסידות, שמירות עינים, גיין אין מקוה יעדן טאג, זיין אפגעהיטן פון די טעכנעלאגישע כלים, און ארומגערעדט איבער די געהויבנקייט פון די שבתים אין די ישיבה און די ערענסקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מחזק געווען בכל תוקף די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות און די זעלבע צו תנאים'ס און שבע ברכות און דערביי ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א און צו זיין מתלמידיו הנאמנים, דערנאך האט דער רבי מסיים געווען בברכות לרוב.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו - ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' טוביה שטערן שליט"א גאב"ד מירון, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און מעשיות פון מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט געגועין איבער דעם גרויסן שב"ק אין מירון שבת פקודי תשע"ו, און איבער די געהויבענע נסיעות קיין מירון פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו מען זאל קענען שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום און הילולא דרשב"י.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש'פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יואל הלוי הירש הי"ו. ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו. ב"ר שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יחזקאל שרגא בריסק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברי''י בלייך הי"ו - ר' יואל יצחק גרינוואלד הי"ו.
במשך די זמני כניסה האט זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א הבה"ח שלמה אהרן ב"ר משולם צבי זילבערשטיין הי''ו (וומסב"ג) מתלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל, אויף גאנץ יו"ד ח"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי' אייר תשפ"ג5/1/2023
בילדער · 6
דרשת פתיחת זמן הקיץ שנת תשפ"ג, דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק וריש מתיבתא שליט"א פאר די אריבער טויזענט תלמידי המתיבתא, בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר ישיבת נתיבות התלמוד אין בני ברק עטה"ק, מען האט געענדיגט ארום 10:00, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנכנסו שני פולמוסין דנורא בחוטמיהן של נדב ואביהוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הר"ר שמואל זאנוויל פאגעל הי"ו (ירושלים), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב יושע לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הזרע קודש מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: הרב יואל ישראל וואגשאהל שליט"א (מאנסי), די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' נתן דוב ברש"ז שווארץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו. לוי: ר' יואל ברוך אונגאר הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. רביעי: ר' חיים שמעון גלויבער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל). אחרון: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הב' אהרן האלבערשטאם ני"ו נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 8:20. מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' משה הכהן גלאנצער הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו (מאנסי). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'דבר אל כל עדת בני ישראל ואמרת אליהם קדושים תהיו' און געטייטשט אז דורך עוסק זיין בתורה איז די תורה מאיר עיניהם פון א מענטש נישט צו ווערן פארפירט פון די יצר הרע, דאס איז אבער נאר אז מען צעברעכט די תאוות ווייל אז נישט קען מען חלילה נכשל ווערן בעבירות חמורות ביודעים ובלא יודעים, דאס איז קדושים תהיו אויף די תאוות ההיתר, ובפרט בימי הספירה וואס איז מיחוד לטהרינו ולקדשינו בקדושתך העליונה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל שטיין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:40.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו, ע"פ אביו ע"ה.
שפעטער זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה באבוב וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען דברי ברכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגז' אייר תשפ"ג4/28/2023
מודעה
מיט גרויס פרייד האבן אנ''ש אין מאנטשעסטער אויפגענומען אז מען האט בסייעתא דשמיא ערהאלטן די פערמיטן פארן בנין החדש פאר ישיבתינו הק' במאנטשעסטער יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד החדש 'נועם אלימלך ליזענסק' אויף די ליזענסק גאס, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר הלל ניימאן הי"ו. ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד קביעות המזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת ביהמ''ד. דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן היכל הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המעמד. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א דומ''ץ הביהמ''ד, די ראשי הקהילה און דעם גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון מחנך זיין א נייע ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און געזאגט אז די נאמען ליזענסק איז שוין משפיע קדושה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן דומ''ץ הביהמ''ד שליט''א, און פון די ראשי הקהילה וועלכע געבן זיך אוועק אויפצושטעלן בתי מדרשים אינעם אלע ווינקלען פונעם שטאט, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יצחק ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר אלעזר גרובער הי"ו. ב"ר אליעזר געשטעטנער הי"ו. ב"ר מרדכי מענדל גרין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען צום נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת מנחה אום 8:20.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו - ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו. ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - ר' אלעזר ניסן פרידריך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ישראל מנחם זאב הירש הי"ו. ב"ר מרדכי יצחק אייזיק לאנדא הי"ו. ב"ר ליפא סאנדעל הי"ו.
מען האט געזאגט תחנון, און די קאפיטלעך תהילים פון קי"ט ביז אות מ' כהוראת רבינו, צוליב דעם יום המר והנמהר ה' אייר. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל צום נייעם זמן, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך האבן שלום גענומען תלמידי הישיבה שיעור ב' וועלכע האבן זיך צוריקגעקערט פון זייער נסיעה למקומת הקדושים באייראפע בראשות הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל השיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א - ר' יושע זאב מיטעלמאן הי"ו. ר' מרדכי טוויל הי"ו - ר' ראובן אברהם מאלח הי"ו.
ארום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
הנהלת קהלתינו הק' אין לעיקוואד מעלדט די פרייליכע בשורה אז ס'איז בסייעתא דשמיא געשלאסן געווארן א מקח אויף א גרויסן שטח אין די נאנטע שכינות פון בית מדרשינו, ווי עס וועט אי"ה געבויט ווערן א בית גדול וקדוש לצורך א "מקוה טהרה" פאר אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהפייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת אחרי-קדושים שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב) יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: מצות נגע צרעת, טומאתה וטהרתה בזמן הזה (ב). מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
דינסטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"צ אפענהיים הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג', בביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס בקר''י, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן שטח פונעם בנין הישיבה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: בן הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי (וומסב"ג). ב"ר חיים ווייס הי"ו. ב"ר יואל ברי"מ טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס מיטן רב הביהמ"ד הר"ר יחזקאל גליקמאן שליט"א בעל אכסניא של תורה, ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די ארומיגע געגענטער.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז אום 1 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' בימי הפורים העעל''ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים און א מתנה א זילבערנע בעכער פאר די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער.
אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גרשון האפפער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר בבית מדרשינו אויף סאוט אכט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגד' אייר תשפ"ג4/25/2023
מודעהבאריכט
מאנטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בעק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר נחמן קליין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א 'מעמד הכנה ומסיבת לחיים' לקראת הנסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע בראשות הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק בדברי הכנה צו א נסיעה צו די קברי צדיקים וואס גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, און די פחד וואס כאפט אן ווען מען טראכט אריין ווער די צדיקים זענען געווען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מענדל אפענהיים הי"ו - ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו.