מיטוואך פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל מנחם זאב הירש הי"ו.
ב"ר מרדכי יצחק אייזיק לאנדא הי"ו.
ב"ר ליפא סאנדעל הי"ו.
מען האט געזאגט תחנון, און די קאפיטלעך תהילים פון קי"ט ביז אות מ' כהוראת רבינו, צוליב דעם יום המר והנמהר ה' אייר.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל צום נייעם זמן, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך האבן שלום גענומען תלמידי הישיבה שיעור ב' וועלכע האבן זיך צוריקגעקערט פון זייער נסיעה למקומת הקדושים באייראפע בראשות הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל השיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א - ר' יושע זאב מיטעלמאן הי"ו.
ר' מרדכי טוויל הי"ו - ר' ראובן אברהם מאלח הי"ו.
ארום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️