בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךה' אייר תשפ"ג4/26/2023

באריכט
דינסטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"צ אפענהיים הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג', בביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס בקר''י, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן שטח פונעם בנין הישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי (וומסב"ג).
ב"ר חיים ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ טייטלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס מיטן רב הביהמ"ד הר"ר יחזקאל גליקמאן שליט"א בעל אכסניא של תורה, ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די ארומיגע געגענטער.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז אום 1 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' בימי הפורים העעל''ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים און א מתנה א זילבערנע בעכער פאר די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער.

אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גרשון האפפער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר בבית מדרשינו אויף סאוט אכט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️