פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו אויסגערופן בפקודת הקודש די וויכטיגע אויפפאדערונג פון הנהלת הקהילה והמוסדות אז יעדער זאל גיין צו די וואלן איש וביתו און שטימען פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, מראה''ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: מוה"ר אנשיל אילאוויטש הי''ו (בני ברק).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' מוחם יודא גאטליעב שליט''א אב''ד ניאמץ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה בנעט שליט''א מראשי כוללינו בירושלים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואעשך לגוי גדול' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' אנשיל אילאוויטש הי''ו, ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב ברוך רוקח שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' משה'לע משינאווא זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''ב חשון. קה רבון עלם: הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט''א (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, דער רבי האט טוען געווען און פארטיילט שיריים און געוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה. אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי הרב מאיר אלכסנדר קליינמאן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ח ר' בצלאל טויסיג הי''ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 11:40.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' בעריש טירנויער שליט"א רב דביהמ"ד תורת משה וומסב''ג, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
עליות. כהן: החתן ב"ר יואל צבי פילאפף הי"ו, לוי: ר' חיים פריעדמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: החתן ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר יואל בערקאוויטש - באווארפען. חמישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה: הרה''ג ר' יואל בר"מ סימאן שליט''א. ר' יצחק ישעי' כ"ץ הי"ו. ר' יוסף זונדל וויינבערגער הי"ו. ר' חיים יואל דים הי"ו. ר' יעקב יואל אינדיג הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הוספות: החתן ב"ר שמעי' קעסלער הי"ו, החתן בן הרה''ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ, החתן ב"ר דוב מארקאוויטש הי"ו, אחרון: הרה"ג יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו, מפטיר: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו (בראזיל).
מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' שלמה טירנויער שליט''א (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע שמואל לאנדא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
אויפן וועג אהיים איז דער רבי ארויף צום ברית פון בן הנולד אצל הרה''ח ר' יואל ברא''ז פריעדמאן הי''ו, בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. מנחה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי''ו, כהן: הרה"ג ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו, לוי: הר''ר יואל בר"ע הירש שליט''א, שלישי: הרה"צ חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען, הגבה רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'לך לך מארצך', יעדע זאך וואס א איד טוט ווערט אריין געשטעלט אין מקום המקדש, ווען מען טוהט מצוות ומעש"ט איז מען מקדש דעם מקום המקדש און חלילה פארקערט איז מען עס מטמא, והחי יתן אל לבו, וויפיל מאל און ווי סאך האט מען חלילה גורם געווען מטמא צו זיין, מען דארף זיך משים זיין אל הלב בתשובה און עוסק זיין בתורה, ודברי תורה מעלין מטומאה לטהרה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה כהנא הי''ו (ב''פ). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מוצש''ק איז רבינו שליט''א אריבער צום חנוכת הבית אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף שאפפער הי"ו אין די סמיט גארדענס געגענט בגלילות קר''י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק שטערן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק', אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. בן הרה''ג ר' יעקב אלי' טורנהיים שליט''א ר''מ בישיבה. ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק צום נייעם זמן, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא וואס מען לערענט יעצט אין ישיבה פרק כל שעה במס' פסחים, און געבעטן די בחורים זאלן זיכן א תירוץ, און מסיים געווען בברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה יקותיאל שווארטץ הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און געגעבן במתנה א סעט פון די ספרי לב אהרן דרושים ואגדה, און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר''י כאירה הי"ו - ר' אברהם סרוגא הי"ו, באולם כינור דוד.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמואל פישער הי"ו - ר' פסח חיים קרעמער הי"ו.
אין איינקלאנג מיט'ן שבת מלכתא וואס איז געפראוועט געווארן שבת קודש פ' בהר העעל"ט, בברכתו ובעידודו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, פאר אריבער 250 אלמנות דקהלתינו הק' בכל אתר ואתר, אינאיינעם מיט הרבנית הצ' תליט''א, אינעם פראכטפולן רעדעסאן האטעל אין ניו דזשורזי; ווערט יעצט אראנזשירט דורך די ברייט באקאנטע חסד ארגעניזאציע 'לבינו' אין ארץ ישראל, בהנהלת הרב הערשל כהן הי"ו, א הערליכער שבת עונג הרוחות פאר הונדערטער אלמנות בארה"ק, מיט א גאר רייכן פראגראם פון עטליכע טעג לחזק ולהתחזק, אינעם פראכטפולן כינורת האטעל אין טברי'ה, אין שפיץ פון הרבנית הצד' תליט"א וועלכע קומט צו פארן אינאיינעם מיט א משלחת נשים צדקניות שתחי' ספעציעל צום געהויבענעם שב"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגט' מרחשון תשפ"ג11/3/2022
באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, חדב"ן, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אב''ד ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג, בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בראך הי"ו, בבית אביו הרה''ח ר' אברהם לייב הי''ו לרפו''ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל בנציון כ''ץ הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען ר' וואלף בר''ב פאלאטשעק הי''ו, ע''פ בתו הילדה ע''ה.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 5:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.
תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל קרויס שליט"א. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און זיידעס, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
רבינו שליט"א איז אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי דער רבי האט מסדר געווען די כתובה.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד החופה פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מחותנו דער זיידע פונעם חתן כ''ק הגה"צ אב''ד סיגעיט שליט"א. קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מפאפא ב''פ שליט''א. עדי קידושין: הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו. עדי יחוד: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו און הרה''ח ר' יהודא יעקב יוסף שטיין הי"ו. ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.
נאך די חופה אים 8:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביהמ"ד הגדול.
ובכן צדיקים יראו וישמחו
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א. בערך אים 9:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה. דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב''ד לימנוב שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט''א אב''ד קשאנוב.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר עטליכע מינוטן געזינגען ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט"א האט זיך אפגעשטעלט און איז מעודד דעם ציבור און האט דאן געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.
טאנץ די זיידעס כ''ק אדמו''ר מפאפא ב''פ שליט"א, הגה''צ אבד''ק בריזדאוויץ שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךח' מרחשון תשפ"ג11/2/2022
באריכט
בשורה טובה לאנ"ש תושבי מאנטרעאל שיחי' וכל האורחים הנכבדים הע"י!
נאך לענגערע השתדלות איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער שלחן הטהור ליל שב"ק און שלש סעודות בצל הקודש שב"ק פ' חיי שרה אין מאנטרעאל, וועט פארקומען אין א גיגאנטישע "שאטער-בנין" וואס ווערט אויפגעשטעלט אויפ'ן שטח צווישן די גאסן 'האטשאסאן' און 'דראשער', הארט נעבן די 'ווען-הארן' גאס, א קארגע צוויי מינוט גאנג פון בית מדרשינו הגדול. דער שאטער וועט אי"ה ווערן אויסגעשטעלט מיט הונדעטער זיץ פלעצער און הויכשטאקעדיגע פארענטשעס פאר אלפי אנשי שלומינו וואס וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם היסטארישן שב"ק בצל הקודש בקרב עיר מאנטרעאל יצ"ו.
יהדות מאנטרעאל, הנה מלכך בא!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי נאך די מקוה האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף די טעג אין קר"י למנוחת הנפש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שלום יוסף מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אברהם דוב פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף 'עצי חיים' החדש, בהנהלת הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א, אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים לרגל התחלת הזמן דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק והתחזקות פאר די בחורים, און ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשובן מנהל און מגידי שיעור, און מסיים געווען בברכות קדשו להצלחת הזמן בעז"ה.
דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ארויף אינאיינעם מיט די בחורים צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע"א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן אינטערשטן שטאק פונעם בנין וועלכע ווערט פראכטפול פארענדיגט לתועלת פון די בחורים. ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' עזרא משה בערקאוויטש ע"ה, ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א ובניו הרבנים שליט"א ע"פ אשתו /אמם הרבנית ממעליץ ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסקולען וומסב''ג שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל דאס זיך אריבערציען קיין וומסב''ג און עפענען דעם חצר האדמור''ת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
שפעטער איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר ישעי' סאקס שליט"א אין דעעש'ער ביהמ"ד, נאכן אריישרייבן די אותיות האט דער רבי געטרינקן לחיים און מכבד געווען בני האדמו"ר מדעעש שליט"א מיט לחיים און האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן בעל הספר תורה ולכל המשתתפים.
אזוי אויך האט רבינו שליט"א געהערט א קורצע באריכט פונעם וועד החינוך דמוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, איבער פארשידענע תיקונים לטובה אין די סדרי הלימודים וואס מ'האט איינגעפירט צום נייעם יאר בבנין התלמוד תורה אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א.
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף 'דברי יואל'. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'. דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א צום נייעם זמן, און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די בחורים וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים סוף זמן הקיץ העעל"ט.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צו ביהמ"ד מהרש''א דקהלתינו הק' בשכונת ראוז גארדען ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט בעז"ה געבויעט פאר די ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א - יו"ר וועד לעניני מקואות שע"י בית הוראה דקרית יואל, הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו''ץ הביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן אלע רבנים שליט"א און די נדבני ועסקני הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני מקואות ביי רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שיריים פאר די אינגעלייט מתפללי הביהמ"ד וואס האבן זיך אונטערגענומען סכומים הגונים פאר די מקוה.
אין די מיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש דער סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפעלי וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, עס זענען אויך אנוועזנד געווען די הנהלת הקרי' קרית יואל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל הערש פילאפף הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגו' מרחשון תשפ"ג10/31/2022
באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב', ווי דער רבי האט ארומגערעדט בחומר האיסור פון זיך צו משתתף זיין ביי די בחירות הטמאות וואס קומט פאר דעם דינסטאג אין ארה"ק.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א צום נייעם זמן.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקהלתינו הק' ווי מען האט שוין אנגעהויבן פארגאנגענע וואך די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן מהודר'דיגע מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין אלע אפטיילונגען פון די בעקעריי און געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן צום נייעם יאר. דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם שטח וואס ווערט צוגעבויעט און וועט באנייעט ווערן אי"ה אין די קומענדיגע וואכן און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק אויף די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר משה יודא עקשטיין שליט"א און ר' יואל בר"י שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו און ר' יצחק שטויבער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי. דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און ווארעם אנגעווינטשן און ארויסבאגלייט ביזן גאס. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת נח, שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן הדלקה''נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פארן אייניקל החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א. אזוי אויך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן. החתן משה עמרם ב''ר יואל ליבערמאן הי''ו.
רבינו שליט''א איז ארויס פון ביתו נאוה קודש מיטן חתן בשושבינון אויפן וועג צום ביהמ"ד און מען האט באגלייט בשירה וזמרה. ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה''צ ר' יוסף משה מייזליש שליט''א אב''ד לאסק ב''פ. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00. עס איז פארגעקומען דער אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב עטה''ק בארה''ק, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר הערשל אונסדארפער שליט''א (ב''פ).
פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז דורך שב''ק איז מען זוכה צו תשובה, אין שבת איז דא צוויי חלקים איינס איז פארן גוף דורך סעודות שב''ק און דאס צווייטע איז פאר די נשמה דורך די זמירות שב''ק, דאס הייסט שומר שבת כהלכתו בשלימות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר הערשל אונסדארפער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הגה''צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט''א אב''ד שטראסבורג, ברכהמ"ז: הגה''צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט''א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי אליעזר'ל מדזיקוב זצוק"ל, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ג' חשון.
קה רבון עלם: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה בבית רבינו, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר משה ארי' פריעדמאן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרב משה רוקח שליט''א (ב''פ), מען האט געענדיגט ארום 11:45.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה יעקב מערץ הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו (בראזיל).
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' בנציון שווארץ הי''ו ר' משה מערמאלשטיין הי''ו. ר' שמואל אליעזר ברילל הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר משה יודא גאלדבערגער הי''ו - באווארפן, הוספות: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א, הגה''צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט''א אב''ד שטראסבורג, אחרון: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, מפטיר: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' ישראל שפילמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו.
מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב משה רוקח שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה בחדרי הפאליש בביהמ''ד הגדול, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט געוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור עס זאל זיין שמחות אין אידישע הייזער. מען האט געענדיגט ארום 1:00. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:35. מנחה: הרה''ג ר' שמואל פריעדמאן שליט''א, הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ, לוי: הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הגה''צ ר' דוד דוב מייזליש שליט''א מסיגעיט. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט''א.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטיישטש אז דורך גיין אין מקוה אויסער דעים וואס איז גורם טהרה אויפן מענטש שיינט מען אריין מן השמים א אור קדושה רוחני וואס איז מוסיף יראת ה' טהורה און דעת, און איז ממתיק דינים לרחמים.
ידיד נפש: הגה''צ ר' פנחס מרדכי מייזליש שליט''א דומ"ץ קהל יראים סיגעיט, קל מסתתר: הר''ר יחזקאל ברוין שליט"א. פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מוצש"ק איז געווען זמני כניסה צווישן אנדערע זענען אריין בקו"פ א קבוצה יוצאי ישיבתינו הק' היכל התורה אין וומסב"ג זיך פארהערן פארשידענע לימודים פון די פארגאנגענע יארן, נאכן פארהערן האט דער רבי זיי מאציל געווען מברכות קדשו להצלחה צום נייעם זמן.
אויך איז אריין בקו"פ האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א לקראת נישואי נכדו וואס קומט אי"ה פאר די וואך, און רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו.