בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט' מרחשון תשפ"ג11/3/2022

באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, חדב"ן, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אב''ד ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג, בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בראך הי"ו, בבית אביו הרה''ח ר' אברהם לייב הי''ו לרפו''ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל בנציון כ''ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען ר' וואלף בר''ב פאלאטשעק הי''ו, ע''פ בתו הילדה ע''ה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל קרויס שליט"א. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און זיידעס, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.

רבינו שליט"א איז אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי דער רבי האט מסדר געווען די כתובה.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד החופה פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מחותנו דער זיידע פונעם חתן כ''ק הגה"צ אב''ד סיגעיט שליט"א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מפאפא ב''פ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו און הרה''ח ר' יהודא יעקב יוסף שטיין הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אים 8:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב''ד לימנוב שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט''א אב''ד קשאנוב.

נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר עטליכע מינוטן געזינגען ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט"א האט זיך אפגעשטעלט און איז מעודד דעם ציבור און האט דאן געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

טאנץ די זיידעס כ''ק אדמו''ר מפאפא ב''פ שליט"א, הגה''צ אבד''ק בריזדאוויץ שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 842