בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגז' מרחשון תשפ"ג11/1/2022

באריכט
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף 'דברי יואל'.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א צום נייעם זמן, און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די בחורים וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים סוף זמן הקיץ העעל"ט.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צו ביהמ"ד מהרש''א דקהלתינו הק' בשכונת ראוז גארדען ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט בעז"ה געבויעט פאר די ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א - יו"ר וועד לעניני מקואות שע"י בית הוראה דקרית יואל, הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו''ץ הביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן אלע רבנים שליט"א און די נדבני ועסקני הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני מקואות ביי רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שיריים פאר די אינגעלייט מתפללי הביהמ"ד וואס האבן זיך אונטערגענומען סכומים הגונים פאר די מקוה.

אין די מיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש דער סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפעלי וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, עס זענען אויך אנוועזנד געווען די הנהלת הקרי' קרית יואל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל הערש פילאפף הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 930