בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי' מרחשון תשפ"ג11/4/2022

באריכט
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק שטערן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק', אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' יעקב אלי' טורנהיים שליט''א ר''מ בישיבה.
ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק צום נייעם זמן, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא וואס מען לערענט יעצט אין ישיבה פרק כל שעה במס' פסחים, און געבעטן די בחורים זאלן זיכן א תירוץ, און מסיים געווען בברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 832