בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש 'ושבתי' לעיר האבות סיגוט און איהעל, שב''ק תולדות שבת חנוכת הבית פונעם שוהל הויף - חשון תשפ''ב

יום ה' כ״ט חשון תשפ״ב - יום א' ג׳ כסלו תשפ״ב · 111 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

זונטאגג' כסלו תשפ"ב11/7/2021

באריכט
תפילה למשה איש האלוקים

זונטאג ויצא 9:55 אינדערפרי אין די יעצטיגע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אין שטאט אוהעל אונגארן מקום מנוחת קודש פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.

רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת שחרית און דערנאך פוקד זיין די ציון הק' און אפרעכטן די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר וואס ווערט אויפגעבויט סמוך צום ציון הקדוש.

אין אוהעל ווערט רבינו שליט''א אפגעווארט דורך הונדערטער פרישע געסט פון אייראפע און ארה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
שינוי זמן

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וועט יעצט גיין אין די מקוה אין אוהעל, און דערנאך דאווענען שחרית.

אזוי ווי מ'האט אויפגעהאלטן די מיט רייזענדע ביים גרעניץ א לענגערע צייט, האבן זיך די זמנים אפגעשטיפט.

מיר וועלן מעלדן איידער רבינו שליט''א גייט ארויף פוקד זיין דעם ציון הקדוש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
קה זכות אבות יגן עלינו

זונטאג 12:15 פארמיטאג אין שטאט אוהעל אין אונגארן אין די יעצטיגע מינוטען וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פוקד זיין די ציון הק' פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע בביה''ח דקהלתינו הק' אין שטאט אוהעל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
קה זכות אבות יגן עלינו

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין די ציון הק' פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע בביה''ח דקהלתינו הק' אין שטאט אוהעל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה

מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר וואס וועט אויפגעבויט ווערן סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע בביה''ח דקהלתינו הק' אין אוהעל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מנחה יעצט אין אוהעל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
אוידיאו
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד הנחת אבן הפינה אין שטאט אוהעל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
🎵 אוידיאו · 25:09⬇ אראפנעמען 3.4 MB
ווידיאו
מעמד נרגש סיום כתיבת ספר תורה ערש''ק בפניא דמעלי שבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א געפינט זיך יעצט אויפן וועג צום עריפארט אין בודאפעסט ווי רבינו שליט''א וועט זיך צוריקקערן למעון קדשו בקר''י מיטן פריוואטן טשארטער פליגער אינאיינעם מיט די הונדערטער משתתפי הנסיעה.

צוליב די שפעטע שעה איז מען נישט צוגעפארן קיין קערעסטיר.

די פליגער וועט זיך הייבן ארום 6:30 ארטיגע זייגער (12:30 ניו יארקער זייגער) און בשעטו''מ לאנדן אינעם נוארק עריפארט ארום 10'נע צייט ניו יארקער זייגער.

יהי''ר מען זאל אלעס גוטס האבן אויסגעבעטן לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
אנ''ש משתתפי הנסיעה ווארטענדיג אינעם בודאפעסט עריפארט אויפן וועג אהיים נאכן מסע קודש ושבתי.

ווערט געזעהן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א ונשיא כולל עצי חיים בארה''ק ביים ארומגיין נאך געלט פארן כולל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
אין די לעצטערע מינוטען ארום 6:40 איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אינעם עריפארט אין בודאפעסט.

רבינו שליט''א איז אריין אין א פריוואטע צימער ווי דער רבי איז עוסק בתורה.

ווי נאר יעדער וועט זיין מסודר וועט כ''ק רבינו שליט''א ארויפגיין אויפן פליגער ווי מען וועט זיך בשעטו''מ הייבן אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה