בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש 'ושבתי' לעיר האבות סיגוט און איהעל, שב''ק תולדות שבת חנוכת הבית פונעם שוהל הויף - חשון תשפ''ב

יום ה' כ״ט חשון תשפ״ב - יום א' ג׳ כסלו תשפ״ב · 111 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

פרייטאגה' אלול תשפ"א8/13/2021

ווידיאו
נייע פראכטפולע שטיבל אינעם ביהמ"ד עצי התמרים וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטארישן שוהל-הויף בעיר האבות סיגוט הערליך צוגעגרייט צום שבת יומדהל"ק "ו' אלול" און וועט באנייט ווערן דעם שבת ביים נסיעה דורך הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א.

און די זעלבע צייט קומט פאר די לעצטערע בוי ארבעט אינעם "היכל הביהמ"ד" צו פארענדיגן לשם ולתפארת אויפן היסטארישע שבת בעיר האבות סיגוט - שבת חנוכת הבית דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגן שבת תולדות תשפ"ב הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ה מרחשון תשפ"ב10/31/2021

ווידיאו
גרויסארטיגע הכנות אינעם עיר האבות סיגוט צום מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומענדיגן שב''ק תולדות. צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזיגן טענט צו אקאמאדירן דעם ציבור פון אנשי שלומינו נגידים ונדבני הבנין משתתפי הנסיעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ב11/3/2021

בילד
די נייע פראכטפולע ביהמ''ד הגדול עצי התמרים אינעם שול הויף בעיר האבות סיגוט כלול בהדרו, גרייט אויפצונעמען דעם פמליא בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים געהויבענעם מסע קודש ושבתי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילד
צאתכם לשלום

הונדערטער אידן אין נוארק עירפארט ביים אריין טשעקן צום טשארטער פליגער, אויפן וועג צום געהויבענער שבת ושבתי אין די עיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

דאנערשטאגכ"ט מרחשון תשפ"ב11/4/2021

בילד
די הונדערטער נדיבים החשובים בוני הבנין ביהמ''ד עצי התמרים בעיר האבות סיגוט אויפן וועג צום מסע קודש ושבתי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויפן פליגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
ענערגישע עסקנים וואס זענען ארויסגעפארן אפאר טאג פריער פונעם ציבור ביים אדורך ארבייטן די לעצטערע פלענער זיכער מאכן אז דער נסיעה זאל זיין מיט גרויס הצלחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
תפילת שחרית אויפן פליגער

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
העסקן הנמרץ ר' מאיר פערל הי''ו ביים ארום גיין נאך געלט מיט די יטב לב פישקע.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו מחברי וועד העליון ק''ק סאטמאר אלס בעל קורא אויפן פליגער

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
רבינו שליט''א ביים אראפ שטייגען פונעם פליגער אין שטאט סאטמאר.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הרה''ח ר' חיים הלוי העללער הי''ו מראשי קהלתינו הק' וויליאמסבורג ביים רעדן צו די רומענישע פרעסע וואס איז ארויסגעקומען צום עירפארט

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
הגה''צ אב''ד קהלתינו לאנדאן שליט''א אין באגלייטונג פונעם ראש הקהל הרבני הנכבד ר' אשר לעוו הי''ו און א קבוצה נכבדה אנ"ש תושבי לאנדאן אינעם עירפארט אויפן וועג קיין סיגוט מיט צו האלטן מסע קודש ושבתי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה