מסע הקודש 'ושבתי' לעיר האבות סיגוט און איהעל, שב''ק תולדות שבת חנוכת הבית פונעם שוהל הויף - חשון תשפ''ב
יום ה' כ״ט חשון תשפ״ב - יום א' ג׳ כסלו תשפ״ב · 111 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
דאנערשטאגכ"ט מרחשון תשפ"ב11/4/2021
נייעס
ושבתי בשלום אל בית אבי
דאנערשטאג נאכמיטאג 2:55 ( 8:55 אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאנדעט די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא הנכבדה אין שטאט סאטמאר אין רומעניע.
רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת מנחה אין שטאט סאטמאר און דערנאך זיך ארויסלאזן צום עיר האבות סיגוט.
כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
תפילת שחרית אויפן פליגער
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
בילד
העסקן הנמרץ ר' מאיר פערל הי''ו ביים ארום גיין נאך געלט מיט די יטב לב פישקע.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו מחברי וועד העליון ק''ק סאטמאר אלס בעל קורא אויפן פליגער
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
רבינו שליט''א ביים ארום גיין אויפן פליגער באגריסן די משתתפי הנסיעה.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
רבינו שליט''א ביים אראפ שטייגען פונעם פליגער אין שטאט סאטמאר.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הרה''ח ר' חיים הלוי העללער הי''ו מראשי קהלתינו הק' וויליאמסבורג ביים רעדן צו די רומענישע פרעסע וואס איז ארויסגעקומען צום עירפארט
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
הרה''ג ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני הקהילה ומשפיע רוחני בבית מדרשינו בנין בראך ביים אויפטרעטן מיט א דרשה אויפן פליגער.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
הגה''צ אב''ד קהלתינו לאנדאן שליט''א אין באגלייטונג פונעם ראש הקהל הרבני הנכבד ר' אשר לעוו הי''ו און א קבוצה נכבדה אנ"ש תושבי לאנדאן אינעם עירפארט אויפן וועג קיין סיגוט מיט צו האלטן מסע קודש ושבתי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר האבות סיגוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
ושבתי בשלום אל בית אבי
אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.
רבינו שליט"א שפאצירט יעצט ארום אינעם גאנצן בנין בהתרגשות עילאה מיט טרערן אין די אויגן און קיקט זיך אום אין אלע צימערן און טאוולעך פון די נדבני הבנין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגיסט אין די לעצטערע מינוטען טייכן טרערען אינעם היסטארישע שול הויף בהיכל הביהמ"ד עצי התמרים.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן ביהמ''ד עצי התמרים אינעם היסטארישן שוהל הויף בעיר האבות סיגוט.