שב''ק פרשת פקודי שבת החודש מברכים חודש ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. - החתן אהרן ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו. - החתן יצחק יחיאל ב"ר שמואל שטערן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, בשם הנהלת המוסדות לאור די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין דורך מוסדותינו קרית יואל יצ''ו. קבלת שבת: הרה"ג ר' יהושע צבי יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בני ברק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30. דער ציבור אריבער איז זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג יצחק אהרן גרין שליט"א, און מיט די געסט רבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל ויואל משה אין ירושלים עיה"ק און כולל עצי חיים אין בני ברק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים ורבני קהלתינו הק'.
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה כדרכו בקודש. אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט אז כדאי צוצוקומען צו תורה ותפילה כדבעי דארף מען נזהר זיין מיט טבילה במקוה יעדן טאג.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א. מנוחה ושמחה: הרב הגאון ר' יחיאל מיכל פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הר"ר אשר רובין שליט"א מטאמשוב ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האוהב ישראל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ה' ניסן.
קה רבון עלם: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו בני ברק. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א מו"ץ בהעדה החרדית ובקהלתינו הק' ירושלים. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א. צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען. מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמעון דוב בראנדסדארפער שליט"א מראשי כוללינו בירושלים ורב דק''ק תולדות אברהם יצחק אין הר יונה.
עליות. - כהן: הגה"צ אבד"ק ריסקעווע שליט"א - נאכן עולה זיין האט ער גומל געבענטשט און מוצא געווען אלע געסט פון ארה"ק. - לוי: החתן יוסף אלי' ב"ר יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - באווארפען. - שלישי: הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק. - רביעי: החתן אהרן ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - באווארפען. - חמישי: החתן אייזיק ליפא ב"ר יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו - באווארפען. - שישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - שביעי: החתן חיים משה בן הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א - באווארפען. - הוספות: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. - הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א מסאסוב. - אחרון - חזק: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון תורתך שעשועי (וומסב''ג). - הגבה: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א אדמו"ר מזידטשוב ירושלים. - גלילה: הרה"ג ר' משה כהנא שליט"א מראשי כוללינו ירושלים.
מפטיר - קריאת פרשת החודש: רבינו שליט''א. הגבה: הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א. גלילה: הרה"ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ירושלים.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' בנימין משה כהן הי"ו. - ר' אלי' גאטליעב הי"ו. - ר' אלי' הערשקאוויטש הי"ו.
עס זענען מכובד געווארן צו האלטן די ספר תורה. בשעת ליינען: הר''ר אביגדור יו''ט שישא שליט''א ראש החבורה בכוללינו בני ברק, בשעת ר''ח בענטשן: הרה''ג ר' שלמה באנעט שליט''א מו"ץ וראה''כ אין ירושלים.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות. און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת החודש, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ג ר' אהרן וועבער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:50. - מנחה: הר"ר יואל היימליך שליט"א (בני ברק). - הוצאה והכנסה: הר"ר עמרם ראטער שליט"א - ירושלים. - כהן: הר"ר דוד כהן שליט"א (בני ברק). - לוי: הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' מאנטרעאל. - שלישי: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'החודש הזה לכם ראש חדשים' און געטייטשט אז דורך זיך פירן במידת האמת מדתו של יעקב קומט אריין אינעם מענטש א חיות דקדושה צו קענען נתקרב ווערן צום הייליגן באשעפער אפילו אויב מען איז שוין געווען נתרחק, דאס איז די מצוה פון ביעור חמץ וואס איז מרומז אויף שקר זיך מרחק זיין אינגאנצן פונעם שקר און עסן מצה וואס איז מרומז די אמת.
ידיד נפש: הר"ר זלמן לייב הירש שליט"א (ירושלים). קל מסתתר: הר"ר הערשל ברוין שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א וואס געפאלט דאנערשטאג ה' ניסן. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 11:30 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש די תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב''ק והדרכה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש. ארום 12:10 איז דער רבי אריבער צו די מלוה מלכה אראנדזשירט לכבוד רבני כוללנו אין בני ברק דורך הרה"ח ר' זלמן לייב סופר הי"ו חבר הנהלת כולל עצי חיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע הלכה'דיגע שמועס בעניני חודש ניסן וחג הפסח הבעל"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, מ'האט געענדיגט ארום 1 אזייגער, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday28 Adar 57853/28/2025
Report
פרייטאג ערש''ק פקודי 'בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די בריתן: - לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"ש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' חיים שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל יוסף שטעסל הי"ו. - ב"ר מענדל עקשטיין הי"ו. - ב"ר חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו. - ב"ר אהרן דוד נאה הי"ו. - ב"ר חיים משה ברודא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע העשיל פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' אהרן מאנן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר ברוך סימאן הי"ו. - ב"ר דניאל מאסרי הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, צום סוף האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט און מעורר געווען אלע בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיטן לערנען חסידישע ספרים, און געזאגט פאר אלע אנ''ש אז מען האט געמאכט א סדר צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פונעם בני יששכר זיע''א וואס לייגט זייער שיין אראפ אלע מצות החג און עס איז כדאי עס אדורכצולערנען, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
ארום 11:00 זענען אריין בקודש פנימה א געקליבענע צאל מרבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל עצי חיים אין בני ברק יצ''ו און כולל ויואל משה אין ירושלים עיה"ק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים, צווישן אנדערע הגה"צ אבד"ק ריסקעווע און הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' אין בני ברק, און נאך חשובע מורי צדק בקהלתינו הק' אין בני ברק און ירושלים ת"ו, וועלכע זענען געקומען צופארן אויף שב"ק 'שבת החודש' בצל הקודש פון רבינו שליט"א לקראת דעם מעמד כבוד התורה וחלוקת המנות דעם זונטאג ויקרא בראשות רבינו שליט"א נדבת הרבני הנגיד ר' יוסף בראך הי"ו. די חשובע געסט זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מכבד געווען די ראשי הכוללים שליט"א זיך אראפצוזעצן, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בהלכה אין פארשידענע מקצועות התורה וואס מען לערנט אין די כוללים און במיוחד איבער פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך אום יו"ט פסח, ובפרט היי יאר וואס עס געפאלט שבת ערב פסח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 11:30.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר ברוך פנחס שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה שליט"א פון מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע בלאזוב'ע הגדה וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן מיט די תורות פון זקיניו האדמורי"ם מבלאזוב זצ"ל, דער רבי האט מעיין געווען און ארומגערעדט איבער הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
אין די שפעטע נאכט שעות בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. האט דער רבי מסדר געווען די ערשטע חלק פון די רשומות פונעם חלוקת קמחא דפסחא וואס ווערט אפגעשיקט פאר עניי ארץ ישראל חברי קהלותינו הק' ברחבי ארה"ק לקראת חג הפסח הבעל"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמואל פיש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר ישראל הורוויץ הי"ו. - ב"ר חיים פריעדלענדער הי"ו. - ב"ר יעקב יוחנן פליישמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יהושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דערביי האט ער אויסגעדריקט זיין התפעלות איבער די פילע חומרות והידורים אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' נאכן באקן היינט מצות אינעם בעקערי, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז פארגעקומען בקו''פ א מעמד התמנות ווי דער רבי האט ממנה געווען נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א אלס רב דביהמ"ד קול אליהו אויף די קערעסטיר גאס אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א און הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער דעם כח הרבנות פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און בפרט אין שטאט סאטמאר און אין פאפא, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נייעם רב הביהמ"ד, די רבנים שליט"א, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 10:10.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו. - הר"ר יואל ברח"ש שפילמאן שליט"א - הר"ר יום טוב לעווי שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יוסף פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:45 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה ובפלפולי דאורייתא און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע ביי נכד רבינו הילד בן הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פונפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יצחק אהרן האללענדער הי"ו - הרה"ח ר' חיים הערש ברמ"י גאלדבערגער הי"ו. - הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו - הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday24 Adar 57853/24/2025
Report
זונטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זיידא ווייס הי"ו (וומסב''ג), בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בכור משה סרוגא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים ממציוני תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף גאנץ מסכת בבא מציעא גפ"ת, דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר די בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.
נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבודו פון הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו צוגעשטעלט דורך די הנהלת השוהל הויף בעיר האבות סיגוט יע"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ח ר' שלמה הערש הי"ו, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן און דערנאך מיט די מחותנים און זיידעס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויקהל שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו (בני ברק).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב שמעון רובין שליט"א בן הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקהל משה את כל עדת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א. ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"א אדר.
קה רבון עלם: הרב אלטר יעקב יצחק בן הר"ר נפתלי חיים וואגשאהל שליט"א (וומסב''ג). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הגה"צ ר' ישראל דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר. מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק גאנדעל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
עליות. - כהן: החתן שאול ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו. - לוי: החתן מאיר ב"ר יואל בר"ש בערגער הי"ו. - שלישי: החתן אפרים משה בן הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א. - רביעי: החתן אייזיק ליפא ב"ר איתמר טובי' ווידער הי"ו. - חמישי: ר' מאיר לייב ברמ"י ווערטהיימער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - שישי: ר' שמעון היילברוין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - שביעי: ר' אליקים יודא ברד"ח ווייס הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - הוספה: הב' הבר מצוה בן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. - אחרון: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' אנטשיל גאלדבערגער הי"ו. - גלילה: הר"ר הערשל אילאוויטש שליט"א.
- מפטיר - קריאת פרשת פרה: רבינו שליט''א, פארן ליינען האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד. - הגבה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' הלל מנשה מארמארשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' מענדל משה סאנדער הי"ו (וומסב''ג). - ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו. - ר' יואל בר"י פאלקאוויטש הי"ו. - ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו.
מוסף: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב''ג. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"י זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40. - מנחה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו. - שלישי: הר"ר ברוך בערגער שליט"א (וומסב''ג). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א רב דקהל חסידים בקאסא גראנדא אריזאנע.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת פרה 'זאת חקת התורה' און געטייטשט אז עס זאל זיין אתם קרוין יאדם ואין אומות העולם קרויים אדם, דארף מען זעהן דבוק צו זיין אין אלופו של עולם, דורך תפילה ווערט מען דבוק אין באשעפער אבער פארדעם דארף מען לערנען תורה בטהרה דורך זיך מטהר זיין אין מקוה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א. קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). שושנת יעקב: הגה"צ אב"ד שעניא שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מקאסאן לעיקוואד ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' אברהם כ"ץ ע"ה היושבים ע"פ אמם ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday21 Adar 57853/21/2025
Report
פרייטאג ערש''ק ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.
נאך קדיש פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם בעל הילולא זיע''א מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט פון אריבער צוואנציג מינוט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יומדה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א שפירט מען נאך ביז היינט צוטאגס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר עצי חיים על הלכות מקואות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך עוסק געווען בטירחא דגופא א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו ז''ל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו - הרה"ח ר' עמרם יואל ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל יצחק לעווי הי"ו - הרה"ח ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו - הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, דערביי איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די ישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק, סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א און דערנאך ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און ארומגערעדט איבער די קדושה פון ספר הק' נועם אלימלך און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אשר אנטשיל שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די דחקות וואס געפינט זיך אינעם יעצטיגן בנין הישיבה, מען האט ארויפגעלייגט די ציגל אויפן טיש און דער רבי האט געגאסן די צעמענט און ארויפגעלייגט א ציגל בשעת מען זינגט ניגוני התעוררות, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א שטיק צייט, דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נטע מרדכי קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אפרים פישל לאנדא הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני מפעל 'עסק' דקהלתינו הק' פון אלע שטעט אפצונעמען ברכת הקודש פון רבינו שליט"א לרגל די פרישער פראיעקט אהערצושטעלן די 'סאטמארק' ביזנעס טאג וועלכע וועט פארקומען בעז"ה קומענדיגן דאנערשטאג בה"ב הבעל"ט און וועט צוזאמנעמען אלע סאטמארע ביזנעסער אינטער איין דאך, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל ב"ר הערשל הכהן קאהן הי"ו. - ב"ר יעקב יואל כהן הי"ו. - ב"ר חיים מרדכי שמאיע הי"ו. - ב"ר משה פאלקאוויטש הי"ו. - ב"ר משה יהודה לייב מארקאס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב', און ארויסגעברענגט די שטארקע ווייטאג איבער די פירצה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצ"ש שושן פורים בעיר ואם בישראל וומסב''ג וואס דאס דארף אויפציטערן יעדעם איינעם, און ממשיך געווען בשבח פון די פילע תלמידי הישיבות וואס האבן זיך יא אויפגעפירט ווי עס פאסט במשך די ימי הפורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' פישל טעללער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א גאב"ד בודאפעסט ביתר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו - הרה"ח ר' עמרם בר"ד כהן הי"ו. - הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק. - ב"ר יואל משה פישביין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:35 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א ר"י עמודי דגירסא ריבניץ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ג ר' שלום שליט"א געוויזן פארן רבינו שליט"א ספרו החדש בשלום נפשי וואס קומט ארויס צו די חתונה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר מנחם מאיר גליק הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר אהרן ווערצבערגער הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר שמואל יודא לעווינגער הי"ו. - ב"ר משה נתן נטע קטינא הי"ו. - ב"ר משה סטרולאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' טובי' עהרנפעלד הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' חנא דים הי"ו, די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"ה כ"ץ הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו - הרה"ח ר' ברוך ווידער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו הב' ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני פורים און איבער פארשידענע מנהגי ישראל איבער וועלכע זמנים מען מאכט נישט חתונה און נאך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פארן משב"ק, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געגעבן דרשה געשאנק פארן בר מצוה בחור ספרו לב אהרן חידושי סוגיות. דער רבי האט פארלאזט זיין שטוב ארום 8:45.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול קר"י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו - הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו. - הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' נפתלי הירצקא ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויקהל שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר נתן נטע משה ווידער הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און די בר מצוה בחורים.
ארום 1:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א אויף א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן אין ביהמ"ד אבני צדק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א, פאר אחיו הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בשירה וזמרה און געטאנצן מיטן ספר תורה אינטערן חופה א לענגערע צייט, און דערנאך איבערגעגעבן די ספר תורה פאר חדב"ן און ממשיך געווען מיט די ריקודין א שטיק צייט. ארום 2:00 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 3:30 איז דער רבי צוריק אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום הכנס"ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ''ד שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 3:50.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צו די סעודה לגומרה של תורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקען א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז דא ביי א הכנס"ת און געזאגט אז די גרויסע שמחה איז נאר א מנהג כמבואר בחתם סופר, א מנהג איז עוקר א דין און צוברעכט אלע דינים און ברענגט אראפ אלע השפעות, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 6:00, און אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום. ביי די פלייש האט מען אריינגעברענגט א העלזל כנהוג. במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אשר הניא: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ. שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ דקהילתינו 18טע עוו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען 6 מאל דב''ק. ערשטע תורה: אויפן פסוק 'ותגע בראש השרביט' און געטייטשט אז ביים מקדש זיין א קרבן איז מען מקדש אבר שהנשמה תלויה בו איז פשטה קדושה בכלו פאר דעם איז די תפילין שנגד הלב ועל הראש מקדש דעם גאנצן גוף פון א איד, און מעורר געווען די גרויסקייט פון מצות תפילין מ'זאל עס האלטן הייליג און טייער.
צווייטע תורה: אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' און געטייטשט אז דורך מכניע זיין די 7 קליפות פונעם יצר הרע איז געקומען די ישועה.
דריטע תורה: דורך דעם כוח פון מקוה האט מען מנצח געווען המן הרשע אזוי אויך מיט די כוח פון מנהגי ישראל, און מעורר געווען יעדער זיך צו פירן כמנהג אבותיו ווייל מנהגי ישראל זענען קודש.
פערטע תורה: אויפן פסוק 'ומשלוח מנות איש לרעהו' וואס איז ס"ת תש''ח וואס איז ראשי תיבות ת'ורה ח'יים ש'לום און ס'איז משפיע נישט נאר פורים נאר א גאנץ יאר.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד פורים און געטאנצן בכל לב ובכל נפש א לאנגע צייט.
פונפטע תורה: אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז דורך געבן צדקה ברענגט מען אלע השפעות טובות, און דערביי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען בנימין און וואלף זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.
זעקסטע תורה : אויף 'ימין השם רוממה' און געזאגט אז דורך זיך פירן במידות החסד איז מען משפיע חסד ורחמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום. און מען האט אויפגעגעבן קרויט לכבוד פורים, דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:15.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו היושבים ע"פ בתו/ אשתו ע"ה. און נאכדעם ביי הר"ר יצחק מוטצען שליט"א ובניו החשובים היושבים ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday19 Adar 57853/19/2025
Report
מוצש"ק כי תשא - ליל שושן פורים המשולש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די המוציא האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
במשך די טיש האט דער רבי משמיע געווען פינף מאל דב"ק. ערשטע תורה: אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען דעם זכות פון תקיעת שופר וואס דאס איז מעורר אז הקב"ה זאל נישט פרעגן קיין קשיות אויף כלל ישראל און משפיע זיין אלעס גוטס.
מען האט אויפגעגעבן א העלזל כנהוג.
צווייטע תורה: אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל' און געטייטשט אז מיט די כח פון מחצית השקל איז מען מצרף הקב"ה צו כלל ישראל און אפילו מען איז נישט ווערד איז דא רחמים וחסדים.
דערנאך איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געטאנצן לכבוד התורה. דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען צו שרייבן חדב"ן הגה"צ שליט"א אריינצושרייבן.
דריטע תורה: אויפ'ן פסוק 'ובבאה לפני המלך' און געטייטשט אז דורך די שמחה של מצוה און בפרט די שמחה פון כתיבת ספר תורה וואס האט נישט זיינס גלייכן איז הקב"ה מצרף מחשבה טובה למעשה, אפילו עס איז דא א קטרוג ווערט עס בטל.
דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה בעוז ותעצומות בשמחת התורה. מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די ריקודין א לענגערע צייט, און מכבד געווען חדב"ן הגה"צ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה.
פערטע תורה: אויפן פסוק 'ומשלוח מנות איש לרעהו' און געטייטשט אז בימי הפורים האבן אפילו אידן פון די אנדערע מדינות וואס זענען נישט געווען אין די גזירה מיטגעהאלטן און זיך אויך מצער געווען מיט די וואס זענען יא געווען אין די גזירה, אויף דעם זכר גיבט מען משלוח מנות און מתנות לאביונים, און דערביי מכבד געווען אלע וואס הייסן יהודה ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמנעמען געלט פאר די קופת הצדקה 'אבני חסד'.
פונפטע תורה: געזאגט אז עס איז אינו דומה צדקה ביחיד צו צדקה ברבים וואס דעמאלטס קומט א ברכה משמים עד בלי די, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' משה אהרן טייטלבוים שליט"א מלאפוש. שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד.
דערנאך איז פארגעקומען א שפיל לכבוד פורים דורך די משמחים ר' שמעון יואל קליין הי"ו און ר' משה יוסף לאנדא הי"ו. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת כי תשא שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן חיים ב"ר נתנאל אלטמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו. ביי לכה דודי האט מען משנה געווען די ניגונים כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר מאיר בערקאוויטש שליט"א רב דביהמ''ד קאריץ בשכונת זרע קודש. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו (אוסטראליע).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין מבטלין איסור לכתחילה.
נאך די לעבער האט מען אריינגעברענגט קרויט לכבוד פורים. קה אכסוף: הרה"ח ר' יודא לייב לעבאוויטש הי"ו. ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי שמעון סופר זיע''א וואס די יארצייט איז געווען מאנטאג י"ז אדר. - קה רבון עלם: הרה"ח ר' אלכסדר לייבוש הירש הי"ו (ב"פ). - אשר הניא: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. - שושנת יעקב: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 1:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:10. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו (קרית טאהש).
עליות. - כהן: הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו. - לוי: החתן מאיר ב"ר יואל בר"ש בערגער הי"ו - באווארפען. - שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א - דער רבי האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו, ויקרא שמה בישראל: העניא זיסל נאך די באבע - די מאמע פון הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל. - רביעי: החתן יוסף ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו - באווארפען. - חמישי: החתן זאב ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו - באווארפען. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמעון סימאן הי"ו.
- שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - הוספות: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. - החתן משה בן הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. - אחרון: החתן יוסף דוד ב"ר יואל יצחק לעווי הי"ו - באווארפען. - מפטיר: החתן ב"ר חנוך אבעלעס הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' משה ביילוש הי"ו (ב"פ). - גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע פאליק לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"י וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב פנחס מרדכי שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זו אסתר שהיתה עוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און ממשיך געווען רחמים אויף כלל ישראל. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40. - מנחה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים מאיר ציפער הי"ו (מאנסי). - כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים שקליהם' און געטייטשט אז מיט די כח און זכות פון שב''ק און מיט די כח התורה קען מען ממשיך זיין רחמים וחסדים און מכניע זיין די קליפות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו. מען האט ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם. מען האט געענדיגט ארום 9:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול. - בעל תפילה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. - שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א. - הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג).
אום 8:02 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן א טלית שאולה און ארויף אויפן באלעמער, און מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש. מען האט אנגעהויבן קריאת המגילה אום 8:20 מען האט געענדיגט ארום 9:30.
ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום, אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, במשך די סעודה האט מען געזונגען מערערע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים. מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. שושנת יעקב: הרב ישראל הורוויץ שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובבאה לפני המלך' און געטייטשט אז מיטן זכות פון די מאה קולות האט מען צובראכן דעם כח פון המן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די תורה האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות. דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר הזכרונות ווי עס איז אריינגעשריבן די די נעמען פון די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט דורכגעקוקט דעם גאנצן באנד ברוב קורת רוח.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00 מעוטף מיטן שבת'דיגן טלית און די סטראקעס בעקיטשע. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו.
- בעל תפילה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א. - פתיחה: הרה"ח ר' מענדל טייטלבוים הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א. - גלילה: הב' הבר מצוה ני"ו.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן די ר"ת תפילין, נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען און ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען דעם מנהג פון מחצית השקל, און דערנאך געזאגט דעם לשם יחוד און געזאגט די ברכות באש קודש און אנגעהויבן ליינען די מגילה אום 11:15, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט.
אנגעהויבן פון 1:30 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים ביז אום 2:25, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
ארום 2:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ א לענגערע צייט, און זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום. פאר די פיש האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לביסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען דעם ערשטן כוס וויין, און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געטרונקען דעם צווייטן כוס וויין, און געוואונטשן לחיים.
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים, און מעודד געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען 7 מאל דב''ק. ערשטע תורה: אויפן פסוק 'ובבאה לפני המלך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למסורת בעניני פורים. צווייטע תורה: אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און געטייטשט אז דורך דעם כח פון מקוה ווערט מען נישט בטל.
רבינו שליט''א האט פארגעזינגען אדון עולם בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות.
דריטע תורה: אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז דורכן מקיים זיין ואהבת לרעך כמוך איז דא צוויי מאל דער שם הוי"ה און עס ווערן נמתק אלע דינים.
דער רבי זיך אויפגעשטעלט און א לענגערע צייט געטאנצן מיט גרויס התלהבות. מען האט אריינגעברענגט די זיפ און איז געווען קרעפלעך כנהוג, נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען דעם דריטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
פערטע תורה: ארור המן און ברוך מרדכי זענען ביידע בגי' 'בשר', ביים צוצושטעלן פלייש פאר אידישע קינדער קען זיין אדער א ברוך מרדכי אדער א ארור המן, און משבח געווען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע איז א שותף לדבר מצוה צוצושטעלן כשר'ע פלייש פאר אנ"ש אויפן העכסטן סטאנדארט.
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען האדרת והאמונה מיט השתפכות הנפש.
פונעפ'טע תורה: אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז דער שם אהי"ה במילוי איז בגי' מקוה, אויב טרינקט מען פורים כדבעי איז מען במילוי און עס איז חל דער שם אהי"ה וואס דאס ברענגט אראפ רחמים וחסדים.
נאך די פלייש האט דער רבי געטרינקען דעם פערטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
זעקסטע תורה: אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז אויב איז מען מקושר צו א צדיק איז טוב לו שנברא אפילו מען וואוינט און חוץ לארץ.
זיבעטע תורה: מרדכי הצדיק איז געווען א דורש טוב לעמו ווייל ער האט משפיע געווען בני חי' ומזוני פאר כלל ישראל און דאס גייט נאך אן עד היום הזה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט אריינגעברענגט קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, דערנאך האט דער רבי פאררייכערט א ציגאר כנהוג און עס איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און ביים זיך אויפשטעלן האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוט שבת בצהלת פנים. מען האט געענדיגט ארום 5:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תשא תענית אסתר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אלימלך פעלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר ישראל וועלץ הי"ו. - ב"ר ליפא וויינבערגער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש פאר די גבאים און מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' ראובן פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יואל יושע פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ תלמידים פון ישיבת בית דוד פון מאנסי, דער רבי האט פארהערט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון לומענענס, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון נכדו בן אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב אין וומסב''ג וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. אלץ כהן הפודה האט געדינט הגאון ר' מרדכי בעק שליט"א, נאכן פדיון האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א, פארן כהן און פארן גאנצן ציבור. ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט די זאל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
אויך איז אריין בקו''פ הרב מנחם קליין שליט"א מנכ''ל פון די צהר ארגעניזאציע דק"ק בעלזא בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פרטים און די פעולות פונעם ארגעניזאציע, און מעיין געווען אין די גליונות פון די ארגעניזאציע און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער דעם גייסט פון לימוד התורה וואס איז געשאפן געווארן אין די לעצטערע יארן מיט די אלע חבורות ביי אלע קהלות הק', מער ווי אמאל, בבחינת אכשר דרא אויף דעם געביט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday16 Adar 57853/16/2025
Report
אין א שריט פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט האט הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, זיך צו באדאנקען פאר די מסירת נפש'דיגע שריט און דרייסטע החלטה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א נישט ממשיך צו זיין מיט'ן אויפבויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
גאנץ כלל ישראל רוישט, יעדער שטייט נאך איבעראשט פון די אויסטערלישע מסירת נפש'דיגע שריט למען השלום והאחדות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך צוריקגעצויגן פון ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל, אויף די פערזענליכע ווענדונג פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מרא דאתרא קדישא צום וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז למען עתיד עיר קרית יואל זאל מען זיך מושך זיין דערפון און נישט ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
אלס הכרת הטוב פאר אזא קריטישע שריט וואס כל העתיד של עיר הקודש קרית יואל איז תלוי בזה האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געשיקט בנו הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א זיך פערזענליך צו באדאנקען בשליחותו אויף די שריט וואס וועט ראטעווען עתיד קרית יואל ס'זאל בלייבן הייליג און אפגעזונדערט כרצון המייסד רביה"ק זיע"א.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען צום שטוב פון וויזניצער רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג באגלייט מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון נכבדי וחשובי קהלתינו הק', ובתוכם די רבנים החשובים הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, און די ראשי הקהלה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.
דער וויזניצער רבי שליט"א האט מיט א הארת פנים ספעציעל שיין אויפגענומען דעם רב שליט"א און די מכובדיגע דעלעגאציע, דערנאך נאך א לענגערע שמועס במנהגי היום פון שושן פורים המשולש האט דער רב שליט"א געזאגט פאר'ן וויזניצער רבי'ן שליט"א, איך קום בשליחות פון טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב, דער וויזניצער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געוועהן קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל, ס'איז מיר געוועהן שווער דאס אוועקגיין הן צוליב די מאנגל פון דירות דאהי דער ציבור דארף דאך האבן ווי צו וואוינען, און אויך צוליב די שמירת עינים אין שטאט. אבער האט דער וויזניצער רבי אויסגעפירט לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען טרעפן א בעסערע פלאץ, צילייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים רבי אהרן ראטה ז"ל האט געזאגט ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים.
דערויף האט דער רב שליט"א געזאגט אז דערפאר טאקע וויבאלד ס'איז אזוי שווער האט דער טאטע אזא גרויסע הכרת הטוב און ער איז יעצט געקומען זיך באדאנקען פאר'ן אפטרעטן למען כבוד המייסד רביה"ק זיע"א.
דערנאך האט דער רב שליט"א נאכגעזאגט א טרעפליך ווארט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס ער האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס ווען ס'איז איש על מחניהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט אין זיין מקום.
נאכן מכבד זיין מיט כיבוד און וואנטשן לחיים כנהוג, האט דער וויזניצער רבי שליט"א געשיקט מיטן רב שליט"א א פריסת שלום פאר מרן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א און ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א און די חשוב'ע דעלעגאציע בידידות רב, ונפרדו בשלום.
יעצט אהנקומענדיג צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א אין גרויסן ביהמ"ד אין וומסב"ג, האט דער רב שליט"א תיכף איבערגעגעבן דעם פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday13 Adar 57853/13/2025
Report
האמת והשלום אהבו!
אין א היסטארישע שריט פון אחדות און כבוד התורה האבן די ראשי קהילה פון ק"ק וויזניץ וומסב''ג היינט אויפדערנאכט אריבער געשיקט א שליחות צו כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א און געמאלדן די העראישע און מסירת נפש'דיגע באשלוס בפקודת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שלט"א אפצוטרעטן פון זייער געפלאנטע ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת
די באשלוס איז געקומען נאך די דירעקטע בקשה פון דער מרא דאתרא כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו משמרת הקודש צו האלטן דעם עינא ּפקיחא אז קרית יואל זאל בלייבן ארגינעל ווי עס איז נתייסד געווארן, און האט זיך געוואנדן מיט א פרעזענליכע שליחות קודש צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א אז למען עתיד פון קרית יואל זאל מען נישט ממשיך זיין מיט די ּפלענער און אויפבויען דעם וויזשניצער ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת.
חסידי סאטמאר אלוועלטליך און תושבי קרית יואל בפרט באגריסן די מסירת נפש'דיגע שריט פון די הייליגע וויזניצער קהילה וואס איז גרייט געווען אפצוטרעטן, טראץ די ריזיגע געלטער און כוחות וואס זיי האבן שוין אינוועסטירט במשך די לעצטערע יארן אין דעם פראיעקט אין די ווילידזש אוו סאוט בלומינגראוו אין קרית יואל המורחבת, און טרעטן אפ אלעס כדי צו העלפן באשיצן און ראטעווען דעם עתיד פונעם הייליגן שטאט קרית יואל יצ''ו וואס איז געגרונדעט געווארן בדם לבבו דורך רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אז עס זאל זיין אן אפגעזונדערטע ווינקל בלויז פאר זיינע תלמידים וואס זענען הולכים לאורו, און פירן זיך לויט די יסודות און מסורות וואס ער האט אוועקגעשטעלט, על פי דרכי התורה וכמסורת בית אבותיו הק'.
די יעצטיגע 160 דירות וואס וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע חדשים וועלן אריבערגיין צו סאטמארע דעוועלאפערס, וואס וועלן דאס פארקויפן פאר תלמידי וחסידי רבינו און פירן זיך עפ''י הוראות רביה''ק מייסד העיר זיע''א. די אלע איבריגע שטחים וועלען פארקויפט ווערן נאך די טעג פון פורים הבעל''ט.
דער מייסד העיר רביה''ק זיע''א דער מרא דאתרא פון קרית יואל וועט זיכער דאנקבאר זיין פאר די הייליגע וויזניצער קהילה פאר'ן העלפן באשיצן זיין ירושה די הייליגע שטאט קרית יואל, אויף וועלכע רביה''ק זיע''א האט זיך אויסגעדרוקט ''ווען נישט קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטוהן אויף דער וועלט'', און וועט אין די יעצטיגע גרויסע טעג פון די ימי הפורים, זיכער משפיע זיין משמי מעל השפעות טובות פאר די גאנצע וויזניצער קהילה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים שחי', ובראשם כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וומסב''ג שליט"א.
דער קידוש השם איז גאר גרויס ווען מען זעהט דעם האמת והשלום אהבו. קרית יואל בלייבט קרית יואל!! בכחו וזכותו של אותו זקן.
והעיר קרית יואל צהלה ושמחה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday11 Adar 57853/11/2025
Report
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א. - ב"ר עקיבא ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. נאכן ברית איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' רבי מרדכי דוב ווארפמאן שליט"א רב דביהמ"ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ במאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר בעריש ראזענבערג שליט"א - הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday10 Adar 57853/10/2025
Report
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנימין ברי"א לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישכר בעריש פריעד הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל ברי"י מאשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' שמואל זאנוויל לייטנער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' מאיר ברוך קאהן הי"ו - הרה"ח ר' אלימלך יוסף פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו ואחיו שיחיו ע"פ אחותם ע"ה
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברשל זאלדאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תצוה שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. - החתן משה שמואל ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו. - החתן ישראל איסר ב"ר יואל יעקב פיש הי"ו המיול"ח הרה"ח ר' יוסף אהרן הכהן רובין הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו (ירושלים).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שנים שעשהו.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. פארן בענטשן האט דער רבי מוסיף געווען נאך א מהלך אויף די תורה בדרך דרוש אין די סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה. ברכת המזון: הגה"צ ר' יושע וואגשאהל שליט"א אב"ד יאסלא.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ז' אדר. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יחיאל מיכל קארנבלי הי"ו. צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו און הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
עליות. - כהן: החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק הכהן פריעדמאן הי"ו. - לוי: החתן שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו. - שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: פעסיל, ע"ש אמה של מלכות הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. - רביעי: החתן משה בהר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א - באווארפען. - חמישי: החתן ישראל דוד ב"ר יחיאל מיכל קארנבלי הי"ו - באווארפען. - שישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. - שביעי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א. - הוספות: החתן שלמה יואל ב"ר חיים מנחם לאקס הי"ו. - החתן בצלאל ב"ר משה בראך הי"ו. - הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו פ"ר דקהלתינו הק'. - אחרון: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ. - הגבה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו. - מפטיר - קריאת פרשת זכור האט דער רבי עולה געווען, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יודא הערשקאוויטש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב משה מייזליש שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב משה שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מאמר חז''ל 'נשים חייבות במקרא מגילה שאף הן היו באותו הנס' און געטייטשט אז כדאי אידישע תפילות זאל נתקבל ווערן דארף מען צוקומען צו די טרערן פון נשים צדקניות און בזכותם וועט זיין די גאולה שלימה. און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25. - מנחה: הרה"ח ר' משה בראך הי"ו (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו. - שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ. - הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת זכור 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז עס איז דא די מצוה פון זכירת מעשה עמלק און די מצוה פון מחיית עמלק בפועל, איה"נ בפועל קען מען נישט היינט מקיים זיין, אבער די זכירה אויסרייסן פון הארץ די טומאת עמלק וועט אויך זיין בזמן שביהמ''ק קיים און דאס גייט אויך אן היינט, והימים האלה נזכרים ונעשים יעצט בימי הפורים ווערט נתעורר אלע השפעות טובות פאר אידישע קינדער פאר יעדעם די מחסורו אשר יחסר לו.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו (מאנטרעאל). - קל מסתתר: הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו. - שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו (וומסב''ג) דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 8:55.