דאנערשטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך עוסק געווען בטירחא דגופא א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו ז''ל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו - הרה"ח ר' עמרם יואל ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל יצחק לעווי הי"ו - הרה"ח ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו - הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, דערביי איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די ישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק, סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א און דערנאך ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און ארומגערעדט איבער די קדושה פון ספר הק' נועם אלימלך און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אשר אנטשיל שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די דחקות וואס געפינט זיך אינעם יעצטיגן בנין הישיבה, מען האט ארויפגעלייגט די ציגל אויפן טיש און דער רבי האט געגאסן די צעמענט און ארויפגעלייגט א ציגל בשעת מען זינגט ניגוני התעוררות, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א שטיק צייט, דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 8:45.