דינסטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יואל יושע פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ תלמידים פון ישיבת בית דוד פון מאנסי, דער רבי האט פארהערט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון לומענענס, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון נכדו בן אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב אין וומסב''ג וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. אלץ כהן הפודה האט געדינט הגאון ר' מרדכי בעק שליט"א, נאכן פדיון האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א, פארן כהן און פארן גאנצן ציבור. ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט די זאל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
אויך איז אריין בקו''פ הרב מנחם קליין שליט"א מנכ''ל פון די צהר ארגעניזאציע דק"ק בעלזא בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פרטים און די פעולות פונעם ארגעניזאציע, און מעיין געווען אין די גליונות פון די ארגעניזאציע און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער דעם גייסט פון לימוד התורה וואס איז געשאפן געווארן אין די לעצטערע יארן מיט די אלע חבורות ביי אלע קהלות הק', מער ווי אמאל, בבחינת אכשר דרא אויף דעם געביט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.