בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ' תמוז תשפ"ב7/19/2022

באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב.

נאך מעריב האט שלום גענומען הר"ר פסח גראסמאן שליט''א פון לעיקוואד וועלכע דינט אלץ משגיח כשרות מטעם התאחדות הרבנים אויפן נייעם קאך אינעם דערנעבענדיגן PMR רעזארט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות, אויך איז אנוועזנד געוועהן דער בעה''ב הרה"ח ר' יצחק רודריך הי"ו און דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די פולע איינריכטונגן וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן לטובת די פולע אנ''ש וועלכע קומען וויילן אין די זומער טעג, און די פלענער אויף ווייטער, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. און דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 852