בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"א תמוז תשפ"ב7/20/2022

באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו.

עס האבן געהאט די זכיה צו וויילן בצל הקודש תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף טשעסטער, בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער הי''ו, נאכן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, און אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם טשעסטער געגענט בגלילות קר''י, און איבער שכונת ויואל משה און נאך אנדערע געגענטער.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב. דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, און אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בתי מדרשים אין אייראפע וועלכע זענען פארבליבן נאך די קריג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 852