בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ט תמוז תשפ"ב7/18/2022

באריכט
פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

מאנטאג


רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יושע זאבעל הי"ו (קר''י).

בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג).
עליות: כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו (קר''י), לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו (קר''י), שלישי: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יצחק גוטמאן הי"ו (וומסב''ג), און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הרה"ח ר' יצחק גוטמאן הי"ו, גלילה: הב' וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי''ו.

נאכן דאווענען איז געווען א קבועת המזוזה געווען אויפן נייעם חדר הפרטי פון רבינו שליט''א אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט קובע געווען די מזוזה און דערנאך מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א צו קובע מזוזה זיין אויפן צווייטן טיר, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️