בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךח' כסלו תשפ"ז11/18/2026

באריכט
מיטוואך ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול גרשון ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברש"ז שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ד פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים.
- הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' משה ברי"ש ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם דוד ווייס הי"ו און הר"ר שלמה שווארטץ שליט"א רב דביהמ''ד בשכונת בית יוסף אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ל לאוב הי"ו און הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה וואלף אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
- הרה"ח ר' יושע הערש ברמ"מ גליק הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך שווארטץ הי"ו.

ארום 11:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 280