בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגז' כסלו תשפ"ז11/17/2026

באריכט
דינסטאג ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר מרדכי הערש פארקאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
- ב"ר קלמן אליעזר ברמ"מ סאאל הי"ו.
- ב"ר יוסף חביב באסול הי"ו.
- ב"ר שמואל ברז"ד ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור מיט דברי התחזקות פאר די תלמידי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:00 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון מחותנו הגה''צ אבד"ק בית אהרן שליט''א לרגל נישואי נכדיו למז"ט, החתן בן לבנו הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה דקהילתינו הק' ב''פ, עב"ג הכלה בת לחתנו הרה''ג ר' יוחנן האלבערשטאם שליט''א. עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בסיפורי בית אוהעל/סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, הגה''צ אבד"ק בית אהרן שליט''א, פאר הגה''צ ר' הערש אלימלך שליט''א, און פאר די גאנצע משפחה. דערנאך איז דער רבי אראפ און אריין בבית מדרשו 'ביהמ''ד בית אהרן' און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ''ד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מסטוטשין שליט''א וועלכער האט געוויילט אויף דעם שבת אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער זקינו הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זיע''א חתן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג וישלח אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומסב''ג אויף א מסיבת לחיים לרגל די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותן, און די גאנצע משפחה. ארום 1:00 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג אהיים קיין קר''י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 283