בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט' כסלו תשפ"ז11/19/2026

באריכט
דאנערשטאג ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף מענדל כהנא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שניאור זלמן ברא"ח גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ישכר דוב ברמ"ד היילברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
- ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו.
- ב"ר גדלי' אפפעל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר ברוך מרדכי ליכטנשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די מלמדים און קינדער. און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב''ק והדרכה פאר די בחורים, ובפרט איבער גיין אין מקוה יעדן טאג פארן דאווענען און וויאזוי א מקוה דארף אויסקוקן. און מעורר געווען נזהר צו זיין נישט צו רעדן מיט די תפילין, דאווענען און זאגן ברכות פון אינעווייניג אין א סידור, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי בר"ה פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים הערש לעווי הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ליכטנשטיין הי"ו היושבים ע"פ אשתו/בתו ע"ה.

ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה אין די נייע לאקאציע פון די 'טויס פאר יא' געשעפט אין קרית יואל המורחבת, אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו (ב''פ).
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' יוסף הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון די חצר פונעם בנין הבית רחל החדש 'בנין קליין' אין קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' שלמה איצקאוויטש הי"ו און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:30.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א, וועלכער מאכט חתונה דאס עלטסטע אור אייניקל אין קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, וועלכער וויילט יעצט דאהי לרגל עטליכע שמחות בביתו. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די נסיעות פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א אין סיגוט. דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א גרוס פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער, ובפרט פון די היכל התורה 'לב אהרן', און אזוי אויך פון די ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' אין מאנסי ווי דער רב שליט"א האט באזוכט און אויפגעטרעטן די וואך, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף בנציון רייך הי"ו.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו פון די צדק ארגאניזאציע אינאיינעם מיט נאך עטליכע עסקנים פון די ארגאניזאציע. מען האט ארומגערעדט פאר א לענגערע צייט איבער פארשידענע נושאים העומדים על הפרק ארויסצוהעלפן אחב"י היושבים בגיא צלמות, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 278