זונטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:50.
- בעל תפילה: הב' אשר לעמיל ב''ר שמואל לאנדא הי''ו (קר''י).
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבערן אריה"ק זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55, בעל תפילה: הב' אלי' ב"ר יעקב פארקאש הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט''א (קר''י).
נאך מעריב האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הגאון רבי מרדכי בעק זצ"ל ר"י תפארת משה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
