מאנטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אארום 8:50.
- בעל תפילה: ר' מנחם מענדל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
- פתיחה: ר' רפאל ווערטהיימער הי''ו (קר''י).
- בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו (קר''י).
- כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו.
- לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר''י).
- שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך ר' רפאל ווערטהיימער הי''ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א (קר''י).
- גלילה: הב' יעקב יצחק בן הר"ר מיכאל אלימלך רייטשיק שליט"א (לעיקוואד).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער מנהגי אבילות אין די דריי וואכן ותשעה באב.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
