שב''ק פרשת דברים - שבת חזון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף ברך משה.
ערש"ק נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה:
- הב' יואל הערש ב''ר מרדכי געלבער הי''ו (ירושלים).
- הב' אליעזר ב''ר יוסף מנחם וואגשאל הי''ו (מאנסי).
- הב' אברהם ב"ר בנציון וויינבערגער הי''ו (מאנסי).
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ח ר' לייבוש פרנס הי''ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 10:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט מאנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
- כל מקדש: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ק''י.
- מנוחה ושמחה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט את.
- קה אכסוף: הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א ר"מ בישיבה.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.
- רחם: הרה''ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו (קר''י).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק החוזה מלובלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג תשעה באב.
- קה רבון עלם: הרה''ח ר' יצחק יוסף גראד הי''ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד אצל הרה''ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי''ו (קר''י).
- אז ביום השביעי: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט''א (קר''י).
מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א (קר''י).
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו (ב''פ).
- פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יואל ברש"ע מיטטעלמאן הי''ו (מאנטרעאל).
- בעל קורא: הב' יעקב מרדכי ב''ר לוי יצחק טייטלבוים הי''ו (וומסב''ג).
עליות.
- כהן: הרה''ח ר' בנציון אברהם כהן הי''ו (קר''י).
- לוי: הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט''א.
- שלישי: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
- רביעי: הרה''ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו.
- חמישי: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי).
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה''ח ר' יצחק אייזיק פישער הי''ו (קר''י).
- הוספות: הב' הבר מצוה ב''ר רפאל פערלמוטער הי''ו.
- הב' הבר מצוה בן הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט''א.
- הב' הבר מצוה ב''ר יואל ברח"ב פילעפף הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי''ו.
- הר"ר יואל עקשטיין שליט''א. (קר''י).
- הרה''ח ר' ראובן גלאנץ הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' אברהם שמואל פארקאש הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' יוסף חביב מאסרי הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו (קר''י).
- הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
- הרה''ח ר' יואל פאגעל הי''ו (אנטווערפען).
- אחרון: הרה''ח ר' שלום יוסף לעווי הי''ו (קר''י).
- מפטיר: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א.
- הגבה: ר' מאיר יעקב ברא"י לאנדא הי''ו (קר''י).
- גלילה: הילד ב''ר בנציון אברהם כהן הי''ו.
- מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני השתוקקות לגאולה השלימה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף אחכה לו פאר א לענגערע צייט.
- ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו.
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי''ו (קר''י).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און געטייטשט אז אויב מען טוט נישט תשובה אויף א עבירה איז עס נאך הארבער ווי די עבירה אליינס און דאס איז טייטש חטאו בכפליים און פארדעם איז געווען לקו בכפליים.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:00.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
- בעל תפילה: ר' יואל ברש"מ פריעדמאן הי''ו (מאנסי).
- הוצאה והכנסה: ר' עמרם יואל שאלאמאן הי"ו (ב''פ).
- בעל קורא: הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
- כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו (קר''י).
- לוי: ר' יודא לייב בר"א מערמלשטיין הי''ו (קר''י).
- שלישי: הרה''ח ר' גרשון מנחם ניישטאדט הי''ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הב' אהרן ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי''ו.
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הר"ר יעקב שלום ווייס שליט''א (קר''י).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און געטייטשט אז אויב א מענטש איז נזהר צו רעדן נאר אמת דעמאלט העלפט אים הקב"ה צו ניצל ווערן פונעם יצר הרע און מען ווערט נישט נכשל אין קיין הארבע עבירות, ביים חורבן ביהמ"ק איז מען נישט נזהר געווען במידת האמת איז מען נכשל געווארן מיט הארבע עבירות און דאס האט צוגעברענגט צום חורבן ביהמ"ק.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר, יעצט אין די ימי בין המצרים 'כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו' און דאס איז וויבאלד מען איז היינט צוטאגס אויך נישט נזהר צו רעדן נאר אמת, און מען לעבט אין א מדינה ווי אלעס איז מיוסד אויף שקר און מען ווערט נאכגעשלעפט פון דעם, דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זיע''א 'כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה' און דער חתם סופר פלעגט זיך פירן אויסצורעכענען וויפיל יאר מען האלט שוין פונעם חורבן ביהמ"ק, ובקול בוכה געזאגט מען שטייט שוין 1,958 יאר פון חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין צו זיך מדבק זיין צו מידת האמת און זוכה זיין צו תשובה שלימה און דורך דעם וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ושמחה בביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר יואל בערקאוויטש שליט''א, בן הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט''א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' הערש אלימלך גליק הי''ו (מאנטרעאל).
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
