דאנערשטאג דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:45.
- בעל תפילה: ר' מאיר שטיינמעטץ הי''ו (קר"י).
- פתיחה: הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו (ב''פ).
- בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו (קר"י).
- כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו.
- לוי: הב' משה ב''ר אברהם ראטה הי''ו (לעיקוואד).
- שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הרה''ח ר' יודל ראזענפעלד הי''ו (וומסב''ג).
- גלילה: הב' אהרן בן הר"ר אשר זעליג סאסמאן שליט"א (לעיקוואד).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די צרות וואס זענען אריבער אויף כלל ישראל במשך שנות הגלות.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער. בעל תפילה: הבה"ח שמואל מאיר ב''ר יקותיאל יצחק עהרנטאהל הי''ו (ירושלים). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט''א.
שפעט ביינאכט האט זיך הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיטן רבי'ן און איבערגעגעבן א גרינטליכע באריכט פונעם מערכת השחיטה פאר גסות אין אוריגוויי וואו דער רב שליט"א האט געוויילט די גאנצע וואך פון פ' דברים אינאיינעם מיט הגה"צ דומ"ץ ב"פ שליט"א לקראת ימי החג הבעל"ט.
דער רב שליט"א האט שטארק משבח געווען די דארטיגע שחיטה וואס איז איינגעשטעלט געווארן לויט די הוראות און חומרות פון רבינו שליט"א דורך די בארימטע מיעל-מארט פירמע, לטובת אנשי שלומינו המדקדקים בכשרות, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטי מערכת השחיטה והבדיקות מיט א קורת רוח, און האט זיך באדאנקט פארן מאנסיער רב שליט"א אויף זיין טירחא צו פארן אין די ווייטע מדינה לטובת הציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
