פרייטאג ערש''ק דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ארום 8:40. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט''א מו"ץ בקהלתינו קר"י.
- ב''ר רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי).
- ב"ר יואל ברח"ב פילעפף הי''ו (קר"י).
- בעל תפילה: הרה''ח ר' מיכל פעלדמאן הי''ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די פרישע געסט אריבער שלום נעמען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים בעת זײ האבן געוויילט אויף אפרוה.
זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
- זמן הדלקה"נ: 8:12.
- תפילת מנחה: 8:55.
- עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת.
- שחרית: 9:30.
- זמירות ודברי תורה בסעודת עתיקא קדישא: כשעה וחצי אחר התפילה (לערך 2:45).
- מנחה וס"ג: 8:55.
- זמן מוצש"ק 9:38.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
