בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךא' מנחם אב תשפ"ו7/15/2026

באריכט
מיטוואך דברים - ר"ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
- בעל תפילה: ר' הילל פאגעל הי''ו (קר"י).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעורורות.
- בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו (קר"י).
- כהן: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי''ו (קר"י).
- שלישי: הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו (וומסב''ג).
- רביעי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל וויינגארטן הי"ו (ב"פ) און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: הרה''ח ר' שלום משה עקשטיין הי''ו (קר"י).

נאכן דאווענען ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האט הבה"ח מאיר פנחס חיים בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט''א (מאנסי) געמאכט א סיום אויף מסכת בבא קמא, און פאר די פלייש האט הב' יודל ב''ר נחום וועלץ הי"ו (ב"פ) געמאכט א סיום אויף מסכת קידושין.
מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה, ביים לחיים האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בחורים המסיימים.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף וויזענפעלד שליט"א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן מאמר חז"ל 'לא חרבה ירושלים אלא משום שביזוי תלמידי חכמים' און ארויסגעברענגט אז ביי א מקוה זעט מען אז ווען מען לייגט אריין וואסער אין א כלי ווערט עס מים שאובין און עס ווערט פסול, אבער ווען מען מאכט השקה צו א כשר'ע מקוה ווערט די וואסער צוריק כשר, די זעלבע ביי א איד, יעדע איד איז במקורו טהור און דבוק צו הקב"ה, אבער ווען מען זינדיגט ח"ו ווערט מען טמא, אבער ווען מען איז דבוק צו א צדיק, צו א תלמיד חכם וואס איז געבליבן טהור ווערט די איד אויך טהור און הקב"ה איז אים מוחל אויף זיינע עבירות, ביים חורבן ביהמ"ק וויבאלד מען האט נישט מכבד געווען תלמידי חכמים איז מען נישט געווען מחובר צו הקב"ה במילא האט הקב"ה זיי נישט מוחל געווען אויף די אלע הארבע עבירות וואס זיי האבן געטוהן, און ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די בחורים אז מען דארף דאס האלטן פאר די אויגן און האבן יראת שמים און מכבד זיין תלמידי חכמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען מנהל הישיבה הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע הלכות און מנהגים פון ראש חודש.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
- בעל תפילה: ר' יעקב יצחק הורוויץ הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.
- בעל תפילה: הב' ליפא ב''ר יואל בראך הי"ו (קר"י).

אויפדערנאכט האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט''א הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מרבני המכשירים בבית האופה דקהילתינו הק' וועלכע האט זיך געפינען זיך אין א שטעטל אין די ווייטע 'יוטא' סטעיט, אינאיינעם מיט הר"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א, הר"ר ישראל בן הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט''א און הרה''ח ר' הערש יוסף לעווי הי''ו, אויף א צווייטע ווייץ שניט פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ז הבעל''ט.
די מנהלים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם מהודר'דיגן רעגן-לאזע ווייץ שניט ווי מען האט ב"ה געשניטן נאך טויזענטער פונט ווייץ צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די טויזענטער אידן המדקדקים, והיות דער פארלאנג ביי ביידע בתי אופה דקהלתינו הק' ווערט גרעסער און גרעסער יערליך איז דער ערשטער ווייץ שניט נישט געווען גענוג דאס נאכצוקומען, האט מען זיך אומגעקוקט אויף אנדערע פעלדער וואו מ'האט ב"ה געטראפן א פעלד אין יוטא לויט אלע הידורים וואס דער רבי פארלאנגט דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים פונעם ווייץ שניט מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 484