בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ט תמוז תשפ"ו7/14/2026

באריכט
דינסטאג דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
בעל תפילה: ר' טובי' גדלי' גאלדשטיין הי''ו (קר''י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער רש"י הקדוש וואס ס'איז געווען די יארצייט.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ארום 9:00.
- בעל תפילה: הב' בנימין ב''ר שלמה הערשקאוויטש הי''ו (קר''י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א וועלכע זענען ארויסגעקומען אויף ראש חודש בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 484