מאנטאג דברים - הילולא קדישא כ''ח תמוז פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40.
עס זענען געקומען צופארן צו תפילת שחרית א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבות קטנות מחוץ לעיר סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, וועלכע האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים לטובת הישיבה.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.
- פתיחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו (קר''י).
- כהן: הרה"ח ר' שמחה בונם טורנהיים הי"ו (ב''פ).
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר''י).
- שלישי: רבינו שליט''א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה בונם טורנהיים הי''ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הב' חיים הערש בן הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק, מען האט געזינגען אני מאמין בביאת המשיח פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט ארומגערעדט איבער דעם ניגון וואס אביו רביה"ק זיע''א האט עס אסאך געזינגען בגי צלמות און מיט דעם זיך מחזק געווען אדורכצולעבן די שווערע צייטן, און פלעגט דאס זינגען אסאך אין די שפעטערע יארן מיט גרויס השתוקקות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די חורבן ביהמ"ק איז געקומען וויבאלד מען האט נישט מכבד געווען תלמידי חכמים, און ממשיך געווען מיט הדרכה זאגענדיג אז אויב לערנט מען אין א סאטמארע ישיבה און מען פירט זיך אויף בהדרגה בג' עמודי עולם איז עס א כבוד פאר רבותינו הק' ביזן ישמח משה זיע''א אבער אויב ח"ו נישט איז עס א בזיון תלמידי חכמים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן לחיים און שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער דעם ספר תפילה למשה פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו (וומסב''ג).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
